“The Permanence of Yiddish”, International Symposium in UNESCO, Paris

550 182 Jewish Website

אַ פּאַריזער סימפּאָזיום אויף דער טעמע “די דויערדיקייט פֿון ייִדיש” האָט אָרגאַניזירט דער “בני־ברית”־דעלעגאַט צו “יונעסקאָ” מיט דער באַטייליקונג פֿונעם “פּאַריזער ייִדיש־צענטער/מעדעם־ביבליאָטעק”. דער סימפּאָזיום האָט באַדאַרפֿט פֿאָרקומען פֿאַר אַ יאָרן, אָבער מע האָט אים אָפּגעלייגט. ער וועט פֿאָרקומען דעם 12טן און 13טן נאָוועמבער 2012 און ווערט פֿאַררעכנט ווי אַן אָפֿיציעלע אונטערנעמונג פֿון דער “יו־ען”־אָרגאַניזאַציע — “יונעסקאָ”.

אויף דער עפֿענונג פֿונעם סימפּאָזיום וועט אויפֿטרעטן דער זינגער מענדי כּהנא פֿון “יונג ייִדיש” אין ישׂראל, מיטן פֿידלער און זינגער עריק סלאַביאַק פֿון פּאַריז. במשך פֿון די צוויי טעג וועלן פֿאָרקומען זעקס סעסיעס מיט רעדנער פֿון עטלעכע לענדער. בײַ דער ערשטער סעסיע, וועט די דירעקטאָרין פֿון “יונעסקאָ”, אירינאַ באָקאָוואַ, באַגריסן דעם סימפּאָזיום, און יצחק ניבאָרסקי, פּראָפֿעסאָר און וויצע־פּרעזידענט פֿונעם “פּאַריזער ייִדיש־צענטער” וועט געבן אַן אַרײַנפֿיר. פּראָפֿ׳ רחל ערטעל וועט אָפּהאַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן דער ייִדישער קולטור.

צווישן די אָנטיילנעמער פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן וועלן קומען: יאַנקל־פּרץ בלום פֿון “יוגנטרוף”, דער זינגער מיישקע אַלפּערט, פּראָפֿ׳ בנימין מאָס, פּראָפֿ׳ דובֿ־בער קערלער און די דירעקטאָרין פֿון דער “פֿאָלקסבינע”, ברײַנע וואַסערמאַן. דער “פֿאָרווערטס”־זשורנאַליסט יואל מאַטוועיעוו וועט רעדן וועגן דער ייִדישער לעקסיקאָגראַפֿיע אויף דער אינטערנעץ. פֿון אויסטראַליע קומט די שרײַבערין הינדע בורסטין, און פֿון ישׂראל — דער זשורנאַליסט בני מער, רעדאַקטאָר פֿונעם זשורנאַל “דווקא”. פֿון ענגלאַנד האָט מען פֿאַרבעטן די פּראָפֿעסאָרקע חיהלע ביר; פֿון פּוילן, די פֿאָרשערין קאַראָלינאַ שימאַניאַק, און פֿון דײַטשלאַנד — פּראָפֿ׳ שמעון נויבערג. פֿון פּאַריז וועלן זיך באַטייליקן: מישעל טאַובער, שרון בר־כּוכבא, בערל ווײַסברויט, בתיה באַום, און זשיל ראָזיע.

צו קומען אויפֿן סימפּאָזיום דאַרף מען באַצאָלן 20 אייראָס און מע דאַרף זיך פֿאַרשרײַבן ביזן 5טן נאָוועמבער 2012. צו באַקומען נאָך אינפֿאָרמאַציע, שרײַבט צו:
permanenceyiddish@orange.fr

http://yiddishparis.com/english/2012/10/main-event-international-symposium-at-unesco-paris/

AUTHOR

Jewish Website

All about Jewish life. The Jewish world's actuality, heritage and traditions. Op-Ed articles, news, Jewish books, Jewish music, videos, judaica and more

All stories by: Jewish Website