Congratulations from UNESCO During the Yiddish Language Symposium in Paris

584 362 Jewish Website

חשובֿע דאַמען און הערן,

איך האָב דעם פֿאַרגעניגן אײַך צו באַגריסן צום סימפּאָזיום געווידמעט דעם המשך פֿון ייִדיש.

איך וויל גראַטולירן דעם בני־ברית און דעם ייִדיש־צענטער – מעדעם־ביביליאָטעק אין פּאַריז פֿאַר דער דאָזיקער איניציאַטיוו.

שפּראַכן האָבן אַ ספּעציעל אָרט אין דעם מאַנדאַט פֿון אונעסקאָ. מער ווי אַ מיטל איז יעדע שפּראַך אַן אייביקער מקור פֿאַר אידענטיטעט און איז דער מכשיר וואָס האַלט אונדז פֿאַרבונדן מיט אונדזער סבֿיבֿה. דאָס זײַנען די קוואַלן סײַ פֿון המשך און סײַ פֿון באַנײַונג – לעבנס־נייטיק פֿאַר אויסדרוק, פֿאַר דערציִונג און באַטייליקונג אין קולטורעלן לעבן, פֿאַר דעם גאַנצן וויסנשאַפֿטלעכן פֿאָרשריט.

די דאָזיקע אידעען ריכטן אונדזער אַרבעט צו באַשיצן שפּראַכן ווי אַ באַשטאַנדטייל פֿון קולטורעלן פּלוראַליזם, און דאָס איז עס, הלמאַי איך בין צופֿרידן וואָס אָט דער סימפּאָזיום קומט פֿאָר אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון אונעסקאָ.

אַרויסשפּראָצנדיק פֿון דער אַשכּנזישער קולטור פֿונעם 10טן יאָרהונדערט, געפֿינט זיך ייִדיש אינעם האַרצן פֿון דער אייגנטימלעכער סאָציאַלער און קולטורעלער אידענטיטעט פֿון יודאַיִזם און פֿון דער געשיכטע פֿון אייראָפּע. איר איבערלעב איז פֿאַרשטערט געוואָרן דורך דעם חורבן, און ייִדיש ווערט הײַנט פֿאַררעכנט אויפֿן אַטלאַס פֿון אונעסקאָ צווישן די באַדראָטע שפּראַכן. אָבער די וויברירונג, די לעבנסווירדיקייט פֿון דעם לשון קען קיינמאָל נישט געשטעלט ווערן אונטער אַ ספֿק. דאָס שליסט אײַן די מיליאָנען פֿרויען און מענער וואָס באַטראַכטן זיך פֿאַר יורשים פֿון דער ייִדישער קולטור און שפּראַך, אַפֿילו ווען זיי ריידן זי נישט.

ייִדיש בלײַבט אַ שפּראַך וואָס ווערט שטודירט און געלערנט, אַ שפּראַך פֿון טאָגטעגלעכן געברויך – אין זכות פֿון די שרײַבער וואָס זייער צאָל וואַקסט, און אויך אַדאַנק דער דינאַמישער מוזיקאַלישער אַרענע.

די דיגיטאַלישע עפּאָכע פֿאַרשטאַרקט דאָס ברענגען צום אויסדרוק די רײַכקייט פֿון דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער קולטור און דאָס באַנײַען דעם צוזאַמענבונד צווישן די תּפֿוצות איבער דער גאָרער וועלט. אין דעם גײַסט, דערלויבט מיר צו ציטירן די שורות פֿון אַ פּאָעמע פֿון וואַרשעווער געטאָ, געשריבן אויף ייִדיש פֿון יצחק קאַצענעלסאָן:

ווײַל ניט פֿאַרלוירן איז די האָפֿ’נונג פֿון אַ בוים,

אויך ווען ער פֿאַלט אַן אָפּגעהאַקטער שוין,

ער וואַקסט אויס ווידער

אַ צעבליטער

ביז אָן אַ סוף –

דאָס איז פּאָזיטיוו – אָבער מיר מוזן שטיין אויף דער וואַך, ווײַל שפּראַכן זײַנען ברעכעוודיק.

אונעסקאָ וועט פֿאָרזעצן אויפֿצוהאַלטן דעם שפּראַכלעכן פּלוראַליזם און ייִדיש איז אַ טייל פֿון דער מענטשהייטס קולטור־פּלוראַליזם.

איך ווינטש אַ לאַנג לעבן דער ייִדישער שפּראַך און דער ייִדישער קולטור.

(אָט דער לעצטער זאַץ איז געזאָגט געוואָרן אויף ייִדיש).

אירינאַ באָקאָוואַ, גענעראָל־דירעקטאָר

פֿון אונעסקאַ, אין אָ ווידעאַ־מיסיאָזש

12 נאָוועמבער 2012

AUTHOR

Jewish Website

All about Jewish life. The Jewish world's actuality, heritage and traditions. Op-Ed articles, news, Jewish books, Jewish music, videos, judaica and more

All stories by: Jewish Website