What Will The World Be Like When The Messiah Comes?

440 331

„משיח‟ איז א ווארט וואס איז איינגעהילט אין א נעפל און ווערט באגלייט פון מיסטעריע. אידן ווארטן אויף אים שוין יארטויזנטער, אבער גענוי וואס וועט זיין דעמאלט, נאך דעם וואס משיח וועט אנקומען, איז נישט קלאר. די זאכן וואס דארפן געשען, די געשעענישן וואס דארפן לויטן פלאן זיך אויסשפילן אין די פיסטריט פונעם אויסלייזער אונזערן, זענען א סך אין צאל און גרויס אין פארנעם. אידן פון דער גאנצער וועלט וועלן זיך אומקערן קיין ארץ ישראל, דאס בית המקדש וועט אויפסניי אויפגעבויט ווערן, און די וועלט בכלל וועט אריינטרעטן אין א נייער עפאכע. די מענטשהייט, און מיט איר אינאיינעם די בריאה בכלל, וועט אויסגעלייזט ווערן פון אירע פראבלעמען און זיך באפרייען פון אלע אירע חסרונות.

מיר ווייסן אויף וואס מיר ווארטן; איז אבער אויך גאנץ קלאר, אז די דערמאנטע זאכן וועלן זיך נישט אויסשפילן אויפאמאל, אין איין טאג, דורכאויס איין און דער זעלבער תקופה. אנשטאט איין גרויסער אויפשאקלונג, וואס וועט פלוצים אלעס שטעלן אויפ׳ן ריכטיגן פלאץ, וועט דער „תיקון השלם‟ זיך אויסשפילן אין עטאפן, אין עטליכע שטאפלען, וואס זענען נישט דוקא אנגעבינדן איינע אין דער אנדערער, אבער וואס איז פארט טייל פון יענעם פראצעס וואס וועט לבסוף דערפירן צו יענעם אויסגעבענקטן „תיקון עולם‟. יעדנפאלס, דער משיח — די גאולה וואס נעמט אריין דאס לעזן אלע פראבלעמען — איז נישט דער אידישער משיח וואס גייט אינאיינעם מיט „קיבוץ גלויות‟ און דעם אויפבוי פונעם בית המקדש. די אידישע גאולה איז נישט דוקא געקניפט מיט דער אלגעמיינער גאולה פון דער בריאה. יענע ענדגילטיגע ישועה פונעם תיקון השלם איז א צווייט געשעפט, וואס איז יא אדער נישט אן אפצווייג פונעם משיח אויף וועלכן רוב פרומע אידן ווארטן.

גענוי וואס דער אידישער, „היימישער‟ משיח וועט טאן, ווייסן מיר נישט. שפעקולירן קען מען אבער יא. און אויב יא שוין זיך חקר׳ען, וויל זיך האפן אז משיח וועט אונז, אויסער ארויפפירן צו אונזער היימלאנד ארץ ישראל, אויך העלפן ארויסקריכן פון דעם אייגענעם גלות אין וועלכן מיר זענען פארכאפט יעצט, לעבנדיג אין דער פרייער וועלט, מיט אלע מעגליכקייטן און געלעגנהייטן אפן פאר אונז צוגלייך מיט אלעמען.

משיח וועט אונז עפענען די אויגן און אונז ווייזן אין וואספארא טיפן חוזק־פלאנטער אונזער גאנץ לעבן געפינט זיך. ווי יענער צדיק, וועלכער האט מיט א וויש מיט דער פאטשיילע איבער׳ן שטערן יענעם געוויזן וואס עס שפילט אים אפ ממש אונטער דער נאז, וועט דער גואל צדק אונז אונטערטראגן דעם משמעות פון אונזער לעבן און קולטור, און מיר וועלן אויפאמאל זיך כאפן אז אונזער גאנץ לעבן דרייט זיך ארום נארישע, לעכערליכע חשבונות וואס האבן נישט קיין הענט און פיס. מיר וועלן זען אז דער זייגער און דער לוח, ווי די מנהגים און מעשים, ווערן געטריבן פון חשבונות וועגן אנדערע מענטשן, וועגן געזעלשאפט, און וועגן אויסנעמען ביי לייטן אין די אויגן — בשעת יענע און יענער, די מענטשן און אינסטיטוציעס וועמען מיר פרואווען אזוי שטארק צו געפעלן, דרייען זיך מיט אונז אינאיינעם אינעם זעלבן כישוף־קרייז און טוען די זעלבע מעשים און לעבן אויפ׳ן זעלבן אופן צו געפעלן אונז.

משיח וועט אונז פשוט ארויסרייסן פון דער קרומער געזעלשאפטליכע פארעם אין וועלכער מיר לעבן און פונקציאנירן. מיר וועלן אויפהערן טאן ווייל „מען טוט‟, און דער „אזוי קומט עס‟ וועט אויף אייביגע צייטן באהאלטן ווערן נעבן דעם גולם פון פראג אויפ׳ן בוידעם פונעם אלט־ניי שול. מענטשן וועלן זיך באקענען מיט זיך אליין און אנהייבן פארשטיין די אייגענע זיטן און נויגונגען, און יעדער וועט לעבן אויף אן אופן וואס פאסט זיין תכונת הנפש. קינדער וועלן אויפגעצויגן ווערן אין א נאטירליכער סביבה, לויט זייערע אינדיווידואלע כשרונות, טבעיות, און מעגליכקייטן, און יעדער וועט זיך גיין אויף זיין אייגענעם און אייגנארטיגן לעבנסוועג, לויט ווי די אייגענע ווילנס און שטרעבנס וועלן דיקטירן.

אלעס פשוט׳ע זאכן, וואס זענען אבער פארלוירן געווארן פון אונז אין דעם ים פון געזעלשאפטליכע און קולטורעלע פרע־קאנצעפיעס און דערווארטונגען. אלץ וואס משיח וועט דארפן טאן איז א וויש געבן מיט דער גאולה־פאטשיילע און באווייזן דעם נעבעכדיגן צושטאנד אונזערן ווי ער איז. מיר וועלן זיך אנקוקן איינער דעם צווייטן און אינאיינעם כאפן א שנעלן קוק אויף זיך אליין, און אויספלאצן אין יענעם געלעכטער פונעם „אז ימלא שחוק פינו‟. דאס איבעריגע וועט נאכפאלגן פון זיך אליין.

און דאס איז די עסענץ פון גאולה אויף דער סאמע פשוט׳ער מדריגה.

Read more: http://blogs.yiddish.forward.com/yiddish-with-an-aleph/195781?utm_source=Sailthru&utm_medium=email&utm_campaign=New%20Campaign&utm_term=Yiddish%20Newsletter#ixzz48qmUlroX