A Drop of Silence

630 398

מיט צוויי קיישלעך בין איך געפֿאָרן אין מחנה־יהודה, דעם גרויסן מאַרק אין ירושלים, אײַנקויפֿן עפּעס אין שטוב אַרײַן. אָנגעקומען בין איך אַהין פֿון דער צווייטער זײַט, נישט אויף דער גאַס יפֿו, און דאָרטן איז דער אַרײַנגאַנג געווען אָנגעפּאַקט מיט מענטשן. הייס איז געווען, צווישן צוויי און דרײַ נאָך מיטיק, האָב איך זיך אַרײַנגעשטעלט אונטערוואַרטן אין שאָטן פֿון אַן עלעקטרישן סלופּ. מע וועט זיך צעגיין אַ ביסל וועל איך אַרײַן אין מאַרק.

איז אָנגעפֿאָרן אַ לאַסטוואָגן און זיך פֿאַרנומען אין מאַרק אַרײַן. האָב איך אַ הייב געטאָן אַן אַקסל פֿאַר זיך אַליין: איך האָב זיך נישט געקענט אַרײַנשטופּן און ער, דער לאַסטוואָגן, יאָ. ווי אַזוי? אַזאַ גרויסע מאַשין, געל און ברייט.

דער שאָפֿער, אין דער הייך, אין זײַן קאַבינע, האָט געטאָן אַ פֿײַף און אַ פֿאָר, אַ פֿײַף און אַ פֿאָר און די מענטשן האָבן זיך צעשטופּט אין די זײַטן. זיך געדריקט צו די ווענטלעך פֿון אויטאָ. געמאַכט אַ וועג. פֿונעם אָרט וווּ איך בין געשטאַנען, אין שאָטן פֿון עלעקטרישן סלופּ, האָט עס אויסגעזען ווי די מאַסע וואָלט געעפֿנט אַ גרויס מויל און געשלונגען דעם וואָגן.

אָ מאָל האָב איך שוין געהאַט געזען אַזאַ בילד.

אַ פּאַסטעך פֿון שעפּסן, בין איך געשטאַנען מיט דער סטאַדע אין אַ ווינקל פֿון אַ פֿאַרוואָרפֿן פֿעלד, אין טאָל פֿון יזרעאל, און דאָרטן צווישן די דערנער געזען אַ שוואַרצע שלאַנג שלינגען אַ ווײַסן האָז. און אַרום און אַרום איז געווען שטיל. קיין זאַך האָט זיך נישט גערירט. אַ לענגלעך אונטערגעבראָכן בלעטל, אויף אַ הויכן, דינעם סורגום־שטאַנג, האָט געטאָן אַ ציטער. אַן אויער פֿון מײַן אײזל — עפּעס ענלעכס. און זייער שטיל אַרום און אַרום.

ווען דער ברייטער לאַסטוואָגן איז פֿאַרשוווּנדן געוואָרן און די מענטשן האָבן ווידער פֿאַרשטעלט דעם אַרײַנגאַנג, האָט זיך דערהערט אַ דינער קלאַנג פֿון אַ גלעקל. אין זכּרון בין איך נאָך אַלץ געווען אויפֿן פֿאַרוואָרפֿענעם פֿעלד, האָב איך געמיינט, אַז איך הער אין געדאַנק דעם קלאַנג פֿונעם גלאָק אויפֿן האַלדז פֿון דער לאַם, וואָס גייט פֿאָרויס און ציט נאָך זיך די גאַנצע סטאַדע.

אָבער ניין.

אַ בלינדער זקן, אין זײַן האַנט אַ שטעקן, איז מיר פֿאַרבײַגעגאַנגען און אויף זײַנע פֿיס, אונטער די קני — גלעקלעך. אויך ער האָט זיך פֿאַרנומען אַרײַנצוגיין אין מאַרק אַרײַן.

מילא — האָב איך געזאָגט צו זיך אַליין — מילא.

די מאַסע האָט פֿאַרשלונגען דעם וואָגן. די שלאַנג האָט פֿאַרשלונגען דעם האָז, אָבער דער בלינדער — ווי אַזוי וועט ער אַרײַן אין מאַרק?

לעבן ערשטן געשטעל האָט ער אויסגעשטרעקט זײַן האַנט און געגלעט אַ באַנאַנע פֿון דעם צווײַג באַנאַנעס וואָס איז דאָרטן געהאָנגען. נאָך עטלעכע טריט האָט ער געטאַפּט אוגערקעס צעשפּרייטע אין אַ פֿלאַכן קאַסטן. בין איך אַרויס פֿון שאָטן און זיך געלאָזן גיין נאָכן בלינדן זקן, זען ווי אַזוי ער געפֿינט זײַן וועג אין מאַרק אַרײַן, לויט די פֿרוכטן פֿון סעזאָן.

כ׳האָב געזען ווי ער האָט געפֿירט די שפּיצן פֿון זײַנע פֿינגער איבער אַ פּיראַמידע פּאָמעראַנצן און נאָך דעם איז ער מיר פֿאַרשוווּנדן געוואָרן.

עטלעכע סעקונדעס האָט זיך נאָך געהערט דער קלאַנג פֿון גלאָק וואָס האָט איבערגעלאָזט אין מיר, דאָ אין דער ענגשאַפֿט, אין דעם גרויסן טומל, אַ טראָפּן שטילקייט.