בערלינער קינסטלער וועבן אַרײַן ייִדישע פּאָעזיע אין זייערע ווערק

335 224 Jewish Website

בערלין. — דער חודש אויגוסט 2019 איז געווען אַ שפּרודלדיקער פֿאַר ייִדיש אין בערלין. מער ווי 70 סטודענטן האָבן זיך באַטייליקט אין דער צווייטער אינטערנאַציאָנאַלער בערלינער זומער־פּראָגראַם פֿון דער ייִדישער שפּראַך, אָנגעפֿירט פֿונעם „פּאַריזער ייִדיש־צענטער — מעדעם־ביבליאָטעק‟ אין פּאַריז בשותּפֿות מיטן אָרטיקן „פֿרײַען אוניווערסיטעט‟.

דערצו האָט זיך באַוויזן אַ נײַע אָרגאַניזאַציע, Yiddish.Berlin — „אַן אומפֿאָרמעלער קרײַז קינסטלער, אַקאַדעמיקער, אַקטיוויסטן און ענטוזיאַסטן וואָס וווינען אין בערלין און גיבן זיך אָפּ מיט ייִדיש ווי אַ שפּראַך, ווי אַ פּרינציפּ־זאַך, ווי אַ לעבן־שטייגער,‟ ווי עס שטייט אויף איר וועבזײַט. דער ערשטער אויפֿטו פֿון Yiddish.Berlin איז געווען אַן אויסשטעלונג פֿון צוויי אָרטיקע קינסטלער, עלאַ פּאָניזאָווסקי־בערגעלסאָן און אַרנדט בעק, מיטן טיטל, „די פֿאַרבלויטע פֿעדער — בערלינער זיידעס‟.

די ווערק אין דער אויסשטעלונג דעמאָנסטרירן דעם צונויפֿוועב פֿון וויזועלער קונסט און ליטעראַטור. ביידע קינסטלער אַרבעטן מיט טעקסטן אויף זייער אייגענעם אופֿן, ניצנדיק באַזונדערע מאַטעריאַלן: פּאַפּיר, טעקסטיל אָדער בעטאָן. דער לאָקאַל פֿון דער גאַלעריע איז אַליין געוואָרן אַ מין עקספּאָנאַט מיט דעם וואָס ער איז פֿאַרשוווּנדן געוואָרן ווי נאָר די אויסשטעלונג האָט זיך געשלאָסן. די טעמעס פֿון צײַט און דער צונויפֿטרעפֿונג פֿון דער צוקונפֿט מיט דער פֿאַרגאַנגענהייט איז געווען זייער בולט אויף דער אויסשטעלונג, און אַפֿילו דער נאָמען פֿון לאָקאַל (די „צײַט־זאָנע גאַלעריע‟) איז געווען פּאַסיק. איז קונסט פֿאַרבונדן מיט ייִדיש אַ זאַך פֿון דער געשיכטע, אָדער בליט זי ווײַטער? דאָס זענען געווען צווישן די וויכטיקסטע קשיות וואָס די קינסטלער האָבן געשטעלט.

Read More: https://forward.com/yiddish/431561/berlin-artists-weave-yiddish-poetry-into-their-work/

AUTHOR

Jewish Website

All about Jewish life. The Jewish world's actuality, heritage and traditions. Op-Ed articles, news, Jewish books, Jewish music, videos, judaica and more

All stories by: Jewish Website

Leave a Reply

Your email address will not be published.