WATCH: Benjy Fox-Rosen performs Bardichever’s lament, “Doina”

1024 541 דזשאָרדין קוציק

ווען בענדזשי פֿאָקס־ראָזען האָט פֿאַרלאָזט ניו־יאָרק און זיך באַזעצט אין ווין מיט אַ פֿיר־פֿינף יאָר צוריק, האָט די ניו־יאָרקער קלעזמער־סבֿיבֿה פֿאַרלוירן איינער פֿון זײַנע נאָוואַטאָרישסטע זינגער און קאָמפּאָזיטאָרן. צום גליק קען מען, אַ דאַנק „יוטוב‟, געניסן פֿון זײַנע אויפֿטריטן אין ווין.

דאָס לעצטע מאָל וואָס איך האָב געשריבן וועגן בענדזשי פֿאָקס־ראָזען, איז עס געווען אין שײַכות מיט זײַן אויסגעצייכנטן אַלבאָם „צוויי וועלטן‟, דורך וועלכן ער נעמט 12 ווייניק באַקאַנטע לידער פֿון מרדכי געבירטיג און שטעלט זיי פֿאָר ווי אַ „קאָנצעפּט־אַלבאָם‟ נוסח דער ראָקגרופּע „פּינק־פֿלויד‟ — דאָס הייסט, כּדי צו פֿאַרשטיין איין ליד פֿונעם אַלבאָם, דאַרף מען באַטראַכטן דעם אַלבאָם ווי אַ גאַנצקייט. כאָטש די לידער אַנטפּלעקן ראָזענס פֿעיִקייטן מיט דזשעז, ראָק, און דער אַוואַנגאַרדישער אימפּראָוואַציע־מוזיק, איז ער אויך שטאַרק באַהאַוונט, קודם, אין דער טראַדיציאָנעלער ייִדישער מוזיק פֿון מיזרח־אייראָפּע.

Read full article, click here.

AUTHOR

דזשאָרדין קוציק

SaveTheMusic.com is a 501c-3 non-profit organization based in San Diego with Zamlers in 4 continents dedicated to saving and promoting Jewish music by finding old recordings, enriching them with lyrics, translations, transliterations, sheet music, biographies of performers, composers, etc. digitizing the songs including Yiddish, Hebrew, Djudeop-Spanyol and Chazonish music, and making all this information available on-line to young performers and everybody interested in Jewish music.

All stories by: דזשאָרדין קוציק

Leave a Reply

Your email address will not be published.