International contest for Yiddish song and klezmer music

1024 948 Forward

דער בראַזילאַנער פֿעסטיוואַל „קלעזטיוואַל“ — דער גרעסטער פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישער מוזיק אין דרום־אַמעריקע — לאַנצירט הײַיאָר אַן אינטערנאַציאָנאַלן קאָנקורס, „די באָבע־פּרעמיעס“, וואָס וועט אָנערקענען דאָס בעסטע נײַע ייִדישע ליד, די בעסטע נײַע קלעזמער־קאָמפּאָזיציע און דעם בעסטן נײַעם ייִדישן מוזיק־ווידעאָ.

די פּרעמיעס וועלן צוגעטיילט ווערן בשעתן פֿעסטיוואַל „קלעזטיוואַל“, וואָס וועט פֿאָרקומען פֿונעם 17טן ביזן 26סטן אָקטאָבער.

די דירעקטאָרין פֿונעם פֿעסטיוואַל, די סאַן־פּאַולער זינגערין און קאָמפּאָזיטאָרין ניקאָל באָרגער, האָט געזאָגט: „ווי קען מען שאַפֿן נײַע ייִדישע לידער און קלעזמער־קאָמפּאָזיציעס ווען אַלע זענען פֿאַרשפּאַרט בײַ זיך אין דער היים? אַוודאי מיט אַ קאָנקורס! מיר האָפֿן, אַז אַרטיסטן און מוזיקער פֿון איבער דער וועלט וועלן זײַן פּונקט אַזוי באַגײַסטערט ווי מיר.“ דער קאָנקורס איז אָפֿן פֿאַר אַלע, און די אָרגאַניזירער האָפֿן דורך אים צו דערמוטיקן דעם עולם צו שאַפֿן ייִדישע לידער און קלעזמער־מוזיק.

AUTHOR

Forward

All about Jewish life. The Jewish world's actuality, heritage and traditions. Op-Ed articles, news, Jewish books, Jewish music, videos, judaica and more

All stories by: Forward

Leave a Reply

Your email address will not be published.