Giant Ukrainian JCC Provides Shelter

630 403

פֿינף חדשים גייט שוין אָן די מלחמה אין מיזרח־אוקראַיִנע. צוליב דעם, איז יעקבֿ ווירין געוואָרן אַ פּליט אין זײַן אייגן לאַנד. במשך פֿון דער דאָזיקער צײַט, האָט ער באַזוכט 20 ייִדישע חתנות אינעם ריזיקן ייִדישן צענטער אין דניעפּראָפּעטראָווסק. זײַן זון און צוויי אַנדערע קרובֿים האָבן דאָרטן אויך חתונה געהאַט בעת דעם איצטיקן קאָנפֿליקט.

דער ריזיקער 22־שטאָטיקער „מנורה־צענטער‟, וואָס אים אויפֿצובויען האָט אָפּגעקאָסט 100 מיליאָן דאָלאַר, איז דער גרעסטער ייִדישער קהילה־צענטער אין אייראָפּע, וואָס דינט ווי אַ מערקווירדיקער סימבאָל פֿונעם באַנײַטן ייִדישן לעבן נאָכן צעפֿאַל פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. לעצטנס, בעת דעם הײַנטיקן מיליטערישן קאָנפֿליקט, איז עס אויך געוואָרן באַקאַנט ווי אַ מקום־מיקלט פֿאַר הונדערטער פּליטים, וועלכע זענען אַנטלאָפֿן פֿונעם ראַיאָן, וווּ די אוקראַיִנישע מלוכישע אַרמיי האַלט אַ מלחמה מיט די פּראָ־רוסישע סעפּאַראַטיסטן.

דער צענטער שטייט אויף דער גאַס, וואָס טראָגט דעם נאָמען פֿון שלום־עליכם, און שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ קאָמפּלעקס פֿון 7 בנינים. שמואל קאַמינעצקי, דער ליובאַוויטשער שליח אין דניעפּראָפּעטראָווסק, האָט דערקלערט, אַז מע האָט אויפֿגעשטעלט דעם ריזיקן קאָמפּלעקס, מיט דער הילף פֿון צוויי ייִדישע אָליגאַרכן; דערמיט האָט מען געוואָלט ווײַזן די אָרטיקע ייִדן, אַז זיי דאַרפֿן זיך שוין מער נישט אויסבאַהאַלטן. דער צענטער איז געוואָרן אַ מין „ליכט־טורעם פֿון ייִדישקייט‟ אינעם לאַנד.

בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, האָט נאַצי־דײַטשלאַנד, צוערשט, אָקופּירט די שטאָט און אָנגעהויבן פֿאַרניכטן די ייִדישע באַפֿעלקערונג. אַ סך ייִדן האָט זיך אָבער אײַנגעגעבן צו אַנטלויפֿן, און ווען די רויטע אַרמיי האָט איבערגענומען דניעפּראָפּעטראָווסק צוריק, האָט אַ גרויסער טייל פֿון זיי זיך אומגעקערט. אין די סאָוועטישע צײַטן איז אָבער שווער געווען צו פֿירן אַ טראַדיציאָנעל ייִדיש לעבן בפֿרהסיה, צוליב דער אַנטי־רעליגיעזער אידעאָלאָגיע פֿון דער רעגירונג.

הײַנט וווינען אין דער שטאָט בערך 15 פּראָצענט אוקראַיִנישע ייִדן. די אָרטיקע מצה־פֿאַבריק איז די איינציקע אינעם לאַנד. עס זענען אויך פֿאַראַן אַזעלכע אוניקאַלע ייִדישע געשעפֿטן, ווי אַ וואַרשטאַט פֿון סופֿרים. נישט לאַנג צוריק האָט מען אינעם צענטער דורכגעפֿירט אַ מאַסן־חתונה פֿון 19 פּאָרפֿעלקער.

[…]

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/181984/giant-ukrainian-jcc-provides-shelter/#ixzz3F7nTDcwE