עטלעכע צענדליקער רעזערוויסטן פֿונעם אויסשפּיר־אָפּטייל בײַ דער ישׂראלדיקער אַרמיי האָבן געגעבן אַ שבֿועה נישט צו זאַמלען מער קיין אינפֿאָרמאַציע וועגן די פּאַלעסטינער. 43 רעזערוויסטן, אַרײַנגערעכנט 10 אָפֿיצירן פֿונעם ספּעציעלן אָפּטייל נומער 8200, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיטן אויסשפּירן און דעשיפֿרירן די קאָמוניקאַציע־קאַנאַלן, האָבן דאָס דערקלערט אין אַ בריוו צום פּרעמיער־מיניסטער, בנימין נתניהו. פֿרײַטיק, דעם 12טן סעפּטעמבער, האָט דער אַרמיי־ראַדיאָ איבערגעגעבן, אַז דער בריוו איז אויך אַדרעסירט געוואָרן דעם הויפּט פֿונעם שטאַב, בני גאַנץ, און אָבֿיבֿ כּוכבֿי, דער פֿאַרוואַלטער פֿונעם אויסשפּיר־דירעקטאָראַט.
די מחברים האָבן געטענהט, אַז די ישׂראלדיקע אויסשפּיר־דינסטן שפּיאָנירן איבער די אומשולדיקע פּאַלעסטינער און זאַמלען די שעדלעכע ידיעות וועגן זיי, וואָס ווערן באַנוצט פֿאַר פּאָליטישע רדיפֿות. די מיליטער־לײַט האָבן דערקלערט, אַז זייער געוויסן לאָזט זיי מער נישט צו באַדינען אַ סיסטעם, וואָס מישט זיך אַרײַן אין ס׳רובֿ ספֿערעס פֿונעם פּריוואַטן לעבן פֿון די פּאַלעסטינער, נישט מאַכנדיק קיין חילוק צווישן די פֿאַרדעכטיקטע טעראָריסטן און צופֿעליקע ציווילע לײַט.
איינער פֿון די, וואָס האָבן אונטערגעשריבן דעם בריוו, אַ רעזערוו־קאַפּיטאַן, וואָס דער אַרמיי־ראַדיאָ האָט נישט מפֿרסם געווען זײַן נאָמען, האָט דערקלערט, אַז ווען מ׳האָט אים אײַנגעשלאָסן אינעם אָפּטייל נומער 8200 מיט איבער אַ צענדליק יאָר צוריק, האָט ער געמיינט, אַז ער וועט אויספֿירן אַ וויכטיקע אויפֿגאַבע לטובֿת דער זיכערהייט פֿון זײַן לאַנד. הײַנט זעט ער אָבער, אַז דער עיקר־צוועק פֿונעם דאָזיקן אָפּטייל איז נישט צו באַשיצן די געזעלשאַפֿט, נאָר „צו געוועלטיקן איבער אַן אַנדער פֿאָלק, צו פֿאַרשפּרייטן די קאָנפֿליקטן אין דער פּאַלעסטינער געזעלשאַפֿט, און קאַליע צו מאַכן די פּאַלעסטינער פּאָליטיק‟.
[…]