זײ זײַנען אין גאַנצן ניט געװען געראָטן אײנס אינעם צװײטן, סײַדן דאָס, װאָס זײ זײַנען בײדע געװען געלע.
בײַ זלמנען מיט דער לאַנגער װײַסער באָרד איז דער גאַנג שטענדיק אַ פּאַמעלעכער, רײדן רעדט ער שטיל בנעימות, כאָטש פֿון די אױגן קוקט אַרױס אַ קלוגער שמײכל, פֿונעם שמועס — אַ גלײַכװאָרט.
בײַ פֿײַװיש־בערעלען דערלעבט דאָס בערדעלע קײן מאָל ניט אױסװאַקסן מער, װי ער ברױכט עס. דאָס קורצלעך נעזל זעט אױס װי אַ קירפּאַטע. פֿון די אױגן שפּריצט מיט געלעכטער און זײַן גענגעלע הערט מען פֿאַר אַ װערסט, פּונקט װי די עטװאָס הױכלעכע אָפּצאַסן פֿון זײַנע אױסגעפּוצטע שטיװל װאָלטן געװען אײנס מיטן טומלדיקן באַלעבאָס מיט זײערן.
בײדע — אי זלמן, אי פֿײַװיש־בערעלע — זײַנען לײַבלעכע ברידער. פֿון אײן טאַטן, פֿון אײן מאַמען און בײדע זײַנען זײ שוסטער, בני־שוסטער און װױנען אַלע יאָרן אין אײן און דעם זעלבן דאָרף.
צו יעדן פֿון זײ, װער ס׳פֿאַרגײט אין שטוב, װעט ניט אַרױס פֿון דאָרט קײן הונגעריקער. פֿאַר אַ דורכפֿאָרער איז דאָרט גרײט אַ נאַכטלעגער און אַ גוט געמיט סײַ בײַ דעם באַלעבאָס אַלײן, סײַ בײַ דעם גאַנצן הױזגעזינד.
די ברידער זײַנען אַפֿילו גרײט מקנא זײַן אײנער דעם צװײטן אױף אַזאַ געפֿינס.
נאָר דאָס איז גאָרניט.
אױף אַ דאָרפֿס־ייִדן איז עס ניט קײן חידוש.
בײַם מנין האָבן זײ זיך געזען אַלע שבת. און אין מיטן װאָך פֿלעגט פֿײַװיש־בערעלע בײַ יעדער געלעגנהײט זיך אַרײַנכאַפּן צום עלטערן ברודער. אַמאָל פֿעלט אים אױס אַ קלײנער קאַפּול, אַמאָל לױפֿט ער פֿון עפּעס אַ “כאָזאַיִן”, װאָס װױנט פֿון יענער זײַט הרעבליע, איז װי אַזױ פֿאַרלױפֿט מען ניט אין אײן װעגס אַ קוק טאָן, װאָס טוט זיך בײַ זלמנען? אַזױ טאַקע נאָר אױף אײן פֿוס, זיך צוזעצן איז ניט די צײַט. אַ קוק, אַ זאָג עפּעס און אַװעקגעלאָפֿן.
אַ זײַטיקן װאָלט זיך געקאָנט אױסװײַזן, אַז דער גאַנצער כּיװן פֿײַװיש־בערעלעס איז באַשטאַנען אין דרינען, ער זאָל זיך אַ רײץ טאָן מיטן עלטערן ברודער.
[…]
Read more: http://blogs.yiddish.forward.com/oyneg-shabes/182580/#ixzz3HldKB6kR