Israeli Start-Ups Help People With Disabilities

630 355

נישט לאַנג צוריק, האָט די צײַטונג „וואָל־סטריט דזשאָרנאַל‟ דורכגעפֿירט אַן אינטערנאַציאָנאַלע טעכנאָלאָגישע קאָנפֿערענץ, בעת וועלכער מע האָט באַשלאָסן, אַז דער אוידיטאָריע איז צום מערסטן געפֿעלן געוואָרן די יונגע ישׂראלדיקע פֿירמע Voiceitt, וואָס שאַפֿט ספּעציעלע טעכנאָלאָגישע המצאות פֿאַר מענטשן, וואָס לײַדן פֿון פֿאַרשיידענע פּראָבלעמען, צוליב וועלכע זיי קאָנען נישט נאָרמאַל רעדן. די נײַע קאָמפּיוטער־פּראָגראַם פֿון דער פֿירמע, וואָס הייסט Talkitt, הערט זיך צו צום קול פֿון אַזעלכע מענטשן, און פֿאַרוואַנדלט עס אין אַ מער פֿאַרשטענדלעכער רייד.

די פֿירמע פּלאַנירט אַרויסצולאָזן די ערשטע ווערסיע פֿון דער פּראָגראַם אין 2015. דאָס איז ווײַט נישט דער איינציקער טעכנאָלאָגישער חידוש, וואָס די ישׂראלדיקע פֿירמעס האָבן לעצטנס געשאַפֿן לטובֿת די אינוואַלידן. במשך פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר, האָבן דרײַ קאָמפּאַניעס, PresenTense, „בית איזי שפּירא‟ און די „פֿונדאַציע פֿון משפּחת רודערמאַן‟, געגרינדעט בשותּפֿות אַן „אַקסעלעראַטאָר־פּראָגראַם‟, כּדי צו העלפֿן די נײַע געשעפֿט־פּראָיעקטן, וואָס הייבן ערשט אָן צו אַנטוויקלען ספּעציעלע טעכנאָלאָגיעס פֿאַר אינוואַלידן.

צווישן די 15 נײַע פֿירמעס, וואָס האָבן זיך באַטייליקט אין דער פּראָגראַם, וועלכע איז פֿאָרגעקומען אין דער שטאָט רעננה, איז געווען Sesame Enable. די דאָזיקע קאָמפּאַניע האָט דערפֿונדן אַ „סמאַרטפֿאָן‟, מיט וועלכן מע קאָן זיך באַנוצן נישט צורירנדיק זיך צו אים מיט די הענט. אַנשטאָט די געוויינטלעכע קנעפּלעך, דערקענט דער חידושדיקער טעלעפֿאָן פֿאַרשיידענע פּנים־אויסדרוקן און באַוועגונגען פֿונעם קאָפּ.

[…]

Fuente: http://yiddish.forward.com/articles/182803/israeli-start-ups-help-people-with-disabilities/#ixzz3J5nzzwaB