75 Years Since the “Forgotten” War

630 406

גענומען אין דער רויטער אַרמיי. דאָס צווייטע מאָל, אין אויגוסט 1941, איז ער במשך פֿון איבער זעקס יאָר געווען אַ סאָוועטישער אָפֿיציר — תּחילת אין די מלחמה־יאָרן, און דערנאָך האָט ער נאָך געדינט אין דעם אָקופּירטן דײַטשלאַנד. וועגן די אַלע יאָרן האָב איך פֿונעם טאַטן ניט איין מאָל געהערט פֿאַרשיידענע געשיכטעס, סײַ טראַגישע און סײַ קאָמישע.

אַנדערש איז געווען מיט זײַן ערשטער דערפֿאַרונג אין די רייען פֿון דער רויטער אַרמיי. וועגן איר האָט ער גאָרנישט ניט דערציילט, אַ חוץ איין פֿראַזע: „אויף דער מלחמה האָט מען מיך גענומען, אָבער ביז מע האָט אונדז געפֿירט צום פֿראָנט, האָט זיך די מלחמה פֿאַרענדיקט‟. געמיינט האָט ער דערמיט די סאָוועטיש־פֿינישע מלחמה, וועלכע האָט זיך אָנגעהויבן דעם 30סטן נאָוועמבער 1939, דאָס הייסט, מיט 75 יאָר צוריק.

אין מײַן סאָוועטישער דערציִונג, אָנגעזעטיקט מיט שטודירן העראָיִשקייט אין דער רוסישער און סאָוועטישער געשיכטע, האָט די מלחמה מיט פֿינלאַנד געשפּילט בערך אַזאַ ראָלע, ווי אין מײַן טאַטנס פּערזענלעכן לעבן: אַן עפּיזאָד, וואָס האָט געהאַט זייער אַ קליינעם באַדײַט, אין פֿאַרגלײַך מיט דער גרויסער פֿאָטערלענדישער מלחמה — אַזאַ נאָמען האָט אויפֿן סאָוועטישן לשון באַקומען דער בלוטיקער קאַמף קעגן היטלעריסטישן דײַטשלאַנד און זײַנע שותּפֿים.

וועגן דער סאָוועטיש־פֿינישער מלחמה האָט מען זייער ווייניק גערעדט אויך צוליב נאָך איין סיבה: די קורצע, אָבער בלוטיקע מלחמה האָט בולט באַוויזן, ווי שוואַך די רויטע אַרמיי איז געווען צוגעגרייט צו ערנסטע שלאַכטן. די גאַנצע מיליטערישע אָפּעראַציע קעגן דער קליינטשיקער מדינה האָט מען פּלאַנירט צו פֿאַרענדיקן ניט שפּעטער ווי אין דרײַ וואָכן, צום 21סטן דעצעמבער, וואָס איז געווען סטאַלינס געבוירן־טאָג. אָבער די פּלענער צו לייגן אַזאַ מתּנה צו די פֿיס פֿונעם הערשער זײַנען סענסאַציאָנעל דורכגעפֿאַלן. די מלחמה האָט געדויערט אַזש 105 טעג, און טײַער אָפּגעקאָסט דעם סאָוועטישן צד — 126 טויזנט סאָוועטישע מיליטער־לײַט זײַנען אין משך פֿון דער מיליטערישער קאַמפּאַניע אומגעקומען.

[…]

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/183509/-years-since-the-forgotten-war/?p=all#ixzz3L3T5UOuc