Israeli Divorce Drama Nominated For Golden Globe

630 423

צווישן די בעסטע אויסלענדישע פֿילמען, וואָס זענען נאָמינירט געוואָרן פֿאַרן פּריז „גאָלדענער גלאָבוס‟, האָט דער זשורי אויסגעקליבן דעם ישׂראלדיקן פֿילם „גט: דער מישפּט איבער וויוויאַן אַמסאַלעם‟, וווּ עס ווערן געשילדערט די שווערע סיטואַציעס, מיט וועלכע עס טרעפֿן זיך די ייִדישע פּאָרפֿעלקער, וואָס באַשליסן זיך צו גטן.

דער פֿילם איז געשאַפֿן געוואָרן דורך אַ ברודער און שוועסטער, רונית און שלמה אלקבץ. רונית אלקבץ שפּילט די הויפּט־ראָלע פֿון אַ ישׂראלדיקע פֿרוי, וואָס פּרוּווט במשך פֿון 5 יאָר צו קריגן אַ גט פֿון איר מאַן. דער מאַן זאָגט זיך אָפּ דאָס צו טאָן, און דאָס רבנות קאָן זי נישט באַפֿרײַען אָן זײַן רשות.

דאָס איז דער דריטער פֿילם אין דער טרילאָגיע, וואָס די צוויי סצענאַריסטן און רעזשיסאָרן האָבן געשאַפֿן צוזאַמען. אינעם יאָר 2004 האָבן די ברודער און שוועסטער אלקבץ אַרויסגעלאָזט דעם פֿילם „צו נעמען אַ פֿרוי‟, און אין 2008 — „שיבֿעה‟. אין די פֿריִערדיקע פֿילמען ווערט געשילדערט דאָס לעבן פֿון די זעלבע פּערסאָנאַזשן.

דער זשורנאַל Variety („וואַריעטע‟) האָט איבערגעגעבן, אַז דער לעצטער טייל פֿון דער קינאָ־טרילאָגיע האָט משפּיע געווען אויף אַ גאַנצער געזעלשאַפֿטלעכער באַוועגונג אין ישׂראל, וואָס האָפֿט צו בײַטן די געזעצן, צוליב וועלכע אַ טייל פֿרויען בלײַבן אין געפֿענקעניש פֿון זייערע עקשנותדיקע מענער. דער זשורנאַל גיט צו, אַז די אַדמיניסטראַציע פֿונעם ישׂראלדיקן מלוכישן רבנות פּלאַנירט צו ווײַזן דעם פֿילם בעת דעם קומענדיקן צוזאַמענטרעף פֿון די רבנים אין פֿעברואַר.

[…]

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/183739/israeli-divorce-drama-nominated-for-golden-globe/#ixzz3M0atr5jx