די גרויסע קאָנפֿערענץ פֿון דער „אַמעריקאַנער אַסאָסיאַציע פֿאַר ייִדישע שטודיעס‟ (AJS) איז פֿאָרגעקומען הײַיאָר אין באָלטימאָר, מערילענד. צווישן דעם 14טן און דעם 16טן דעצעמבער האָבן די וויסנשאַפֿטלער פֿון איבער דער וועלט אַרומגערעדט די ייִדישע היסטאָרישע און קולטורעלע פֿאָרש-טעמעס — פֿונעם תּנך ביזן פּלמ”ח, און נאָך ביזן הײַנטיקן טאָג. די צענדליקער פּאַנעלן האָבן אָפּגעשפּיגלט דעם איצטיקן אינטלעקטועלן מאָמענט פֿונעם פֿאָרשן. דערצו האָט זיך אָט די גרויסע פֿאַרזאַמלונג אַנטפּלעקט דעם טרויעריקן סאָציאַל-עקאָנאָמישן מצבֿ פֿון דער אַקאַדעמישער וועלט פֿון ייִדישע לימודים. די מסקנות און אויספֿירן לגבי דעם צווייטן פּונקט זענען נישט קיין דערמוטיקנדיקע. אויף איין פֿוס קען מען כאַראַקטעריזירן די פּראָבלעם אַזוי: גיט אונדז נאָרמאַלע שטעלעס!
וואָס הייסט עס, אַ נאָרמאַלע שטעלע, אַקאַדעמיש גערעדט? עס רעדט זיך וועגן אַ חזקה-שטעלע, וואָס איז פֿאַר אַ סך געלערנטע גאָר נישט בנימצא.
בײַ דער שליס-רעדע אויף דער „פּאַראַדנער‟ וועטשערע, האָט דער פֿאָרזיצער פֿון דער אַסאָסיאַציע, דזשאָנאַטאַן סאַרנאַ, אָנגעהויבן און פֿאַרענדיקט זײַן רעדע מיט די באַקאַנטע ווערטער אויף ייִדיש: „מיר זענען דאָ!‟. ווי אַזוי קומט די דאָזיקע פֿראַזע פֿון הירש גליקס פּאַרטיזאַנער הימען צו די אַמעריקאַנער ייִדישע פֿאָרשער אין 2014?
סאַרנאַ האָט אין דעם פֿאַל דווקא ציטירט זײַן זיידן, וועלכער האָט דאָס געהאַט געזאָגט מחמת אַנדערע טעמים. אָבער דער „יונגער‟ סאַרנאַ האָט געבאָרגט די פֿראַזע דווקא פֿאַר די הײַנטיקע פֿאָרשערס פֿון ייִדישע לימודים. יאָ, די אַסאָסיאַציע האָט במשך פֿון די 50 יאָר פֿון איר עקזיסטענץ דערגרייכט וויכטיקע זאַכן. למשל, דאָס פֿאַרגרעסערן דעם פּראָצענט פֿרויען צווישן אירע מיטגלידער, וואָס איז נישט קיין לײַכטער אויפֿטו, ווי סאַרנאַ האָט באַמערקט. אָבער פֿון דער אַנדערער זײַט, פֿילן אַלץ מער און מער נײַע געלערנטע, אַז קיין ממשותדיקע צוקונפֿט זיך צו אַנטוויקלען ווי פֿאָרשער (שוין אָפּגערעדט פֿון ברויט-געבער) עקזיסטירט פּשוט נישט.
דער דורכשניטלעכער עלטער פֿון די AJS-מיטגלידער איז 55 יאָר אַלט! עס זעט אויס, אַז די יונגע דאָקטאָראַנטן פֿאַרשטייען שוין דעם מצבֿ, און מאַכן שלום מיט דעם פֿאַקט, אַז זיי וועלן דאַרפֿן גיין זוכן אַרבעט אין פֿרעמדע גערטנער, נעבעך, מחוץ דער אַקאַדעמיע.
[…]
Read more: http://yiddish.forward.com/articles/183909/the-jewish-studies-experts-are-here/?p=all#ixzz3Me2aw2TY