Secret Nazi Nuclear Facility Discovered in Austria

630 371

אַ גרופּע היסטאָריקער, וויסנשאַפֿטלער און אַנדערע פֿאָרשער האָט מיט אַ וואָך צוריק איבערגעגעבן וועגן דעם חידושדיקן געפֿינס לעבן דעם קליינעם שטעטל סאַנקט־געאָרגען אַן־דער־גוזען אינעם צפֿונדיקן טייל פֿון עסטרײַך: אַ ריזיקע געהיימע אונטערערדישע לאַבאָראַטאָריע, וווּ די נאַציס האָבן געפּרוּווט צו שאַפֿן אַן אַטאָם־באָמבע.

בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה איז דאָס קליינע עסטרײַכישע שטעטעלע, וווּ עס וווינען הײַנט 3,5 טויזנט תּושבֿים, געווען אַ וויכטיקער צענטער פֿון דער דײַטשישער מיליטערישער וויסנשאַפֿט און אינדוסטריע. אינעם יאָר 1944 האָבן די נאַציס דאָרט געשאַפֿן דעם לאַגער „גוזען 2‟ — דער ברוטאַלסטער אָפּטייל אין דער סיסטעם פֿון קאָנצענטראַציע־לאַגערן „מאַוטהאַוזען־גוזען‟, וווּ עס זענען אומגעקומען ביז 320,000 טויזנט אַסירים, אַרײַנגערעכנט 38,000 ייִדן. אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע קאָנצענטראַציע־לאַגערן, זענען צווישן די אַרעסטאַנטן געווען אַ סך געבילדעטע אינטעליגענטע מענטשן; די נאַציס האָבן אויסגענוצט זייער שקלאַפֿן־מי פֿאַר די מיליטערישע פֿאָרשונגען.

דער עסטרײַכישער רעזשיסאָר אַנדרעאַס זולצער, וועלכער האָט אָנגעפֿירט מיט דער אויסגראָבונג־עקספּעדיציע, האָט דערציילט דער בריטישער צײַטונג „The Sunday Times‟, אַז די נײַ־אַנטדעקטע סיסטעם פֿון אונטערערדישע אונטערנעמונגען איז, מסתּמא, געווען די גרעסטע געהיימע וואָפֿן־פֿאַבריק פֿונעם „דריטן רײַך‟. ווײַזט אויס, אַז די פֿאַרשקלאַפֿטע אַסירים פֿונעם לאַגער האָבן אויסגעבויט דעם ריזיקן קאָמפּלעקס פֿון טונעלן, וואָס נעמט אַרום אַ שטח פֿון בערך 300,000 קוואַדראַט־מעטערס (75 אַקערס).

במשך פֿון כּמעט 70 יאָר נאָך דער מלחמה איז דער געהיימער קאָמפּלעקס געבליבן אַ סוד. זולצער האָט אויסגעפֿאָרשט די אַרכיוו־דאָקומענטן פֿון עטלעכע לענדער און אויסגעפֿונען, אַז דעם 2טן יאַנואַר 1944 האָבן די נאַציס פֿאַרשיקט 272 אַסירים פֿון מאַוטהאַוזען צו אַרבעטן אויף אַ געהיימער לאַבאָראַטאָריע אין סאַנקט־געאָרגען. אין געוויסע ערטער פֿון דער דאָזיקער געגנט טרעפֿט זיך אַן אומגעוויינטלעך הויכער ניוואָ פֿון ראַדיאַציע — נישט ווײַט פֿון דער געוועזענער פֿאַבריק, וווּ די נאַציס האָבן געשאַפֿן דעם ערשטן רעאַקטיוון עראָפּלאַן־באָמבאַרדירער „מעסערשמיט 262‟. פֿאַרשיידענע אויסשפּיר־דאָקומענטן האָבן דערמעגלעכט זולצערס גרופּע פֿאָרשער אויסצוגראָבן אַן אַרײַנגאַנג אין דער פֿריִער אומבאַקאַנטער סיסטעם פֿון טונעלן. דער רעזשיסאָר האָט באַזונדערס באַדאַנקט די לעבן־געבליבענע פֿאַרשקלאַפֿטע וויסנשאַפֿטלער, וואָס זייער עדות האָט שטאַרק געהאָלפֿן צו געפֿינען די געהיימע לאַבאָראַטאָריע.

[…]

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/184210/secret-nazi-nuclear-facility-discovered-in-austria/#ixzz3NyntEAaN