The Goal of the Yiddish Press: A View from 1921

630 326

װאָס איז די ראָלע פֿון ייִדיש אין דעם אַמעריקאַנער לעבן? צוליב װאָס לײענט מען אַ ייִדישע צײַטונג? און װאָס פֿאַר אַ מין לײענער איז דאָס? די דאָזיקע פֿראַגעס האָבן באַזאָרגט די ייִדישע רעדאַקטאָרן, זשורנאַליסטן און ליטעראַטן פֿון סאַמע אָנהײב אָן, זינט עס האָט זיך אין אַמעריקע באַוויזן אַ געדרוקט ייִדיש וואָרט. יעדע נײַע כװאַליע פֿון ייִדיש־רעדנדיקער אימיגראַציע האָט װידער אױפֿגעװעקט דעם אינטערעס צו די דאָזיקע ענינים און אַרױסגערופֿן הײסע װיכּוחים.

אַזאַ מין װיכּוח האָט זיך אױפֿגעפֿלאַקערט אױף די זײַטן פֿון דער ניו־יאָרקער צײַטונג „דער טאָג‟ אין 1921. די גאַנצע ייִדישע װעלט, װאָס האָט אָקערשט איבערגעלעבט די שװערסטע קאַטאַסטראָפֿע פֿון דער ערשטער װעלט־מלחמה און רעװאָלוציעס, איז געשטאַנען פֿאַר אַן אומזיכערער צוקונפֿט. דאָס איז נאָך געװען אַ צײַט, װען די ייִדישע כּלל־טוער און פּאָליטיקער האָבן אַלײן געהערט צו דער ייִדישער אינטעליגענץ. זײ האָבן געגלייבט, אַז קולטור איז אַ װערט לשמה, און ניט סתּם װי אַ סחורה אָדער אַ פּראָפּאַגענדע־מיטל. ייִדיש איז נאָך געװען די הױפּט־שפּראַך פֿון ייִדישער שעפֿערישקײט אין אַמעריקע, און יעדע ייִדישע צײַטשריפֿט האָט געהאַט אַן אײגענע דעה מכּוח ייִדישער קולטור און פּאָליטיק.

די פּאָליטישע ריכטונג פֿון „דער טאָג‟ קאָן מען באַשרײַבן װי אַ טעריטאָריאַליסטישע אין אַ ברײטן זין. דאָס האָט כּולל געװען ציוניזם װי אַ שטרעבונג אױפֿצובױען אַ ייִדישע הײם אין ארץ־ישׂראל, אָבער דערבײַ האָט מען ניט געװאָלט אָפּלײקענען דעם גלות; און די שפּראַך, װאָס פֿאַראײניקט דעם ייִשובֿ אין ארץ־ישׂראל מיטן גלות אין דער אַלטער און דער נײַער הײם, איז געװען ייִדיש. דערפֿאַר האָט „דער טאָג‟ שאַרף קריטיקירט סײַ דעם „פֿאָרװערטס‟ פֿאַר דעם אַמעריקאַניזירטן „פּאָטײטאָ־ייִדיש‟ און סײַ די ציוניסטישע העברעיִסטן פֿאַר זײער קאַמף קעגן ייִדיש.

און דװקא די שכנישע ניט־ייִדישע קולטורן קאָנען העלפֿן פֿאַרפֿעסטיקן דעם פּרעסטיזש פֿון ייִדיש, האָט געהאַלטן אַבֿרהם קאָראַלניק: „דער ׳ייִדישער׳ לעזער האָט אַ שאַנס צו װערן געבילדעטער, און דערפֿאַר שטאַרקער, פֿון זײַן ניט־ייִדישן שכן. דאָס איז זײַן ייִדישע קולטורעלע ירושה, דאָס איז זײַן צװײשפּראַכיקײט.‟ לױט זײַן מײנונג, קאָן ייִדיש אין אַמעריקע װערן „אַ מין פֿאַרשטאַרקונג צו דער ענגלישער קולטור‟. ייִדיש און ענגליש װעלן האָבן פֿאַרשידענע פֿונקציעס: „דער ייִד דאַרף געװײנטלעך ניט האָבן די אַלגעמײנע נײַעס פֿון דער ייִדישער צײַטונג. ער געפֿינט עס בעסער און פֿריִער אין דער ענגלישער. אָבער די ענגלישע צײַטונג גיט אים ניט די באַציִונג צו דער גרױסער װעלט, די אױסטײַטשונג, דעם קאָמענטאַר אױף דעם, װאָס גײט פֿאָר, דעם ייִדישן פּירוש.‟

אין זײַן אָפּרוף אױף קאָראַלניקס אַרטיקל האָט שמואל ניגער באַטראַכט דעם ענין אונטער אַן אַנדער, מער פּראַקטישן קוקװינקל: „די פֿראַגע איז, צי עקזיסטירט די צײַטונג צוליב דער צירקולאַציע, אָדער מען דאַרף האָבן די צירקולאַציע צוליב דער צײַטונג.‟ ניגער האָט באַטאָנט, אַז צװישן די ייִדן, פּונקט אַזױ װי צװישן אַנדערע פֿעלקער, זײַנען פֿאַראַן פֿאַרשידענע מינים לײענער, און יעדע צײַטונג דאַרף צופּאַסן איר שפּראַך צו דעם ניװאָ פֿון איר עולם. ניגער מאַכט אַ חילוק צװישן די געשעפֿטלעכע און די געזעלשאַפֿטלעכע צילן פֿון דער פּרעסע: „פֿון אַ געזעלשאַפֿטלעכן שטאַנדפּונקט װאָלט אוממעגלעך געװען אַװעקצומאַכן מיט דער האַנט די אינטערעסן און דעם נוסח פֿון די מער־אינטעליגענטע לעזער. אמת, זײער צאָל איז ניט אַזױ גרױס, און קײן ׳פֿאַרמעגן׳ קאָן מען פֿון זײ ניט מאַכן; אָבער אַז מען האָט געזעלשאַפֿטלעכע צילן, […] דאַן איז, דאַכט זיך מיר, קײן לעזער ניט אַזױ װיכטיק, װי דער מער־פֿאַרשטענדיקער און אינטעליגענטער.‟

[…]

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/184251/the-goal-of-the-yiddish-press-a-view-from-/#ixzz3O4bMcOoJ