A Space for Latin American Jews in NY

630 420

במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע צען יאָר איז אין ניו־יאָרק ממשותדיק געוואַקסן די צאָל ייִדישע אימיגראַנטן פֿון לאַטײַן־אַמעריקע. ווען זיי זוכן אויס אַ ייִדישע געזעלשאַפֿט, קומט עס אָבער אָן שווער, ווײַל אַ סך פֿון זיי פֿילן זיך נישט אין דער היים אין די אַמעריקאַנער סינאַגאָגעס און קהילה־צענטערס — נישט דווקא צוליב שפּראַך, נאָר צוליב פֿאַרשידענע קולטורעלע אונטערשיידן.

מיט פֿינף יאָר צוריק האָט אַ חב״ד־רבֿ, מענדי ווײַטמאַן און זײַן פֿרוי, פֿרומי, געגרינדעט דעם „ייִדישן לאַטײַנישן צענטער‟ — אַ זאַמל־אָרט אין מאַנהעטן פֿאַר לאַטײַן־אַמעריקאַנער ייִדישע משפּחות. הײַנט געהערן צום צענטער כּמעט 1,500 מענטשן, וועלכע באַשרײַבן אים ווי „אַ צווייטע היים‟.

דער צענטער אָרגאַניזירט שבת־וועטשערעס, רעפֿעראַטן (ווי, למשל, איין לעקציע לעצטנס מיטן טשיקאַווען טיטל: „סעקסואַליטעט און סודותדיקייט: געפֿינט זיך גאָט אין אונדזער שלאָפֿצימער?‟) און אינטערעסאַנטע גאַסטרעדנער ווי מאָסאַב כאַסאַן כוסעף, דער זון פֿון אַ „כאַמאַס‟־גרינדער‟, וואָס איז געוואָרן אַ ישׂראלדיקער שפּיאָן. ווײַטמאַן האָט שוין געדינט ווי דער מסדר־קידושין אויף 20 חתונות פֿון די לאַטײַן־אַמעריקאַנער ייִדן און אויך ווי אַ שטיקל שדכן. אַחוץ ענגליש, העברעיִש און ייִדיש, רעדט ווײַטמאַן אויך שפּאַניש און פּאָרטוגעזיש, וואָס איז, אַוודאי, זייער ניצלעך ווען ער קאָמוניקירט מיט די מיטגלידער פֿונעם צענטער.

ווײַטמאַן איז אַליין געבוירן און דערצויגן געוואָרן אין סאַאָ־פּאַאָלאָ, בראַזיל, נאָך דעם ווי מע האָט זײַנע טאַטע־מאַמע געשיקט אַהין ווי שלוחים פֿון חב״ד. ער האָט זיך געלערנט אין ישיבֿות אין ישׂראל, פֿראַנקרײַך, ניו־יאָרק און אַרגענטינע. נאָכן באַקומען סמיכה, האָט ער געלערנט תּורה־קלאַסן פֿאַר בראַזיליאַנער ייִדישע געשעפֿטסלײַט אין מאַנהעטן.

„זיי האָבן מיך באַקענט מיט אַ סך אַנדערע לאַטײַן־אַמעריקאַנער ייִדן, וועלכע האָבן געטענהט, אַז זיי קענען נישט געפֿינען קיין שיל אָדער ייִדישן צענטער, וואָס געפֿעלט זיי,‟ האָט ווײַטמאַן דערקלערט. „די אַמעריקאַנער שילן זענען אַ ביסל צו פֿאָרמעל, צו ערנסט. האָבן מיר אָנגעהויבן אָרגאַניזירן שבת־וועטשערעס פֿאַר זיי, און אַזוי האָט זיך אַנטוויקלט דער ’ייִדישער לאַטײַנישער צענטער‘.‟

[…]

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/185245/a-space-for-latin-american-jews-in-ny/#ixzz3RTGREVIn