Through the Eyes of a 14-Year-Old Boy

600 350

אינעם נאָכװאָרט צו זײַן בוך זכרונות דערקלערט ישׂראל רודניצקי די סיבה פֿאַר זײַן באַשלוס צו דערצײלן װעגן זײַנע מלחמה־יאָרן ערשט איצט, מיט קנאַפּע זיבעציק יאָר שפּעטער.

צום ערשטן מאָל האָט ער געטאָן אַזאַ פּרוּװ אין 1947, נאָכן אומקערן זיך פֿון דער סאָװעטישער אַרמײ קײן װילנע. דעמאָלט האָט אים דער סאָװעטישער פּאַרטײ־סעקרעטאַר געזאָגט, אַז מען טאָר ניט רעדן װעגן ייִדן באַזונדער, װײַל זײ האָבן געליטן פֿון די נאַציסטן בײַגלײַך מיט אַלע „סאָװעטישע בירגער‟. דאָס צװײטע מאָל, שױן נאָך זײַן עליה קײן ישׂראל, האָט ער איבערגעלײענט אין העברעיִשע צײַטונגען ביטולדיקע אַרטיקלען װעגן ייִדן, װאָס זײַנען געװען אין געטאָס און לאַגערן. דאָס האָט אים װידער אַ מאָל דערװעגט צו שװײַגן: „איך האָב שטאַרק ניט געװאָלט, אַז מײַנע טעכטער זאָלן זיך דערװיסן, אַז זײער טאַטע איז געגאַנגען װי אַ שאָף צו דער שחיטה, האָב איך פֿאַרשװיגן די געטאָ־יאָרן און זײ דערצײלט װאָס פֿאַר אַ העלד איך בין געװען אין פּאַרטיזאַנישן װאַלד.‟

די איצטיקע אױסגאַבע פֿון רודניצקיס זכרונות, „װען די װעלט־מלחמה הײבט זיך אָן אַ טאָג שפּעטער‟, װערט באַגלײט מיט אַ העברעיִשער איבערזעצונג. דער מחבר האַלט, אַז הײַנט איז, סוף־כּל־סוף, געקומען דער עת־רצון פֿאַר לאָזן זײַנע אײניקלעך „אַרײַנקוקן אין זײער זײדנס פֿאַרלאָרענער װעלט‟; און די דאָזיקע „פֿאַרלאָרענע װעלט‟ זײַנע קומט אַרױס פֿון אונטער זײַן פּען װי אַ לעבעדיק און פֿילפֿאַרביק בילד, פֿול מיט ליבע און מיטלײַד. דער מחבר האָט אױסגעקליבן אַן אינטימען פּערזענלעכן טאָן מיט אַ שמץ איראָניע: „זאָל דאָס פֿערצן־יאָריק ייִנגל אַלײן דערצײלן װעגן די ערבֿ מלחמה־טעג, װעגן די סאָװעטן אין מיזרח־פּױלן און װעגן חורבן, פֿון אָנהײב ביזן סוף, גענױ, װי זײ האָבן זיך פֿאַרהיט אין זײַן קינדערשן זכּרון.‟

און רודניצקי האָט טאַקע אַן אמתן טאַלאַנט פֿאַר אַזאַ מין דערצײלונג. מיר פֿאָלגן נאָך זײַן העלד אַרום װילנע אינעם ערשטן טאָג פֿון דער מלחמה, װען קײנער װיל נאָך ניט גלייבן אין דעם, װאָס עס קומט פֿאָר. יענער טאָג האָט זיך פֿאָטאָגראַפֿיש אָפּגעדרוקט אין זײַן זכּרון מיט די קלענסטע פּרטים, מיט באַקאַנטע און אומבאַקאַנטע מענטשן, װאָס ער האָט דעמאָלט געזען צום לעצטן מאָל, און מיט זײַן רײַזע מיט דער נאַכטבאַן צוריק אין זײַן הײמשטעטל. רודניצקיס יעדער זאַץ טראָגן אױף זיך אַ טיפֿן שטעמפּל פֿון דער רעאַלקײט, װאָס ער האָט איבערגעלעבט און איבערגעטראַכט.

[…]

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/185745/through-the-eyes-of-a–year-old-boy/#ixzz3THItfxAH