געשטאָרבן צבֿי אײַזנמאַן

630 326

אין עלטער פֿון 94 יאָר איז אין דער עלטער-היים פון קיבוץ אלונים געשטאָרבן דער שרײַבער צבֿי אײַזנמאַן, באַקאַנט װ י דער מײַסטער פֿון דער קורצער יידישער נאָ װ עלע. ער איז גע װ ען פֿון די לעצטע דערצויגלינגען פון די ציש”אָ-שולן אין פּוילן פֿון פֿאַרן חורבן. דאָרט, אין דער באָראָכאָ װ -שולע, האָט ער באקומען זײַן יידיש-וועלטלעכע דערציִוּנג און די איינגעליבטקייט אין יידישן לשון.

געבוירן אין יאָר 1920 אין װ אַרשע, האָט ער די מלחמה‾יאָרן אַדורכגעמאַכט װ י אַפּליט אין רוסלאַנד, צ װ ײ יאָר גע װ ען אין די.פּליטים-לאַגערן אין ציפּערןאון אין 1947 אײַנגע װ אַנדערט פֿון איטאַליע קײן ארץ-ישראל. דאָ האָט ער זיך באַזעצט צוערשט אין קיבוץ יגור, דערנאָך אין אַלונים און געאַרבעט אין שכנותדיקן בית לוחמי ההגיטאות (קיבוץ פֿון די געטאָ-קעמפֿער). געווען איינער פֿון די גרינדער פֿון דער יידישער שרײַבער-גרופּע „יונג־ישׂראל ‟ , וואָס זייער גײַסטיקער פֿאָטער און וועגווײַזער איז געווען אַבֿרהם סוצקעווער.

ברענגענדיק די ידיעה וועגן צבי אײַזנמאַנס טויט אין “פֿאָר װ ערטס” פֿון 13-טן פֿעברואַר 1915, . שרײַבט דער רעדאַקטאָר באָריס סאַנדלער :

אין משך פֿון זײַן לאַנגן ליטעראַרישן וועג האָט צבֿי אײַזנמאַן געשאַפֿן זײַן אייגנאַרטיקן נוסח, וואָס כ‘וואָלט אָנגערופֿן, עלעגישע נאָוועלע – קליין אין פֿאַרנעם און טיף אין אינהאַלט. אָנגעהויבן מיט שרײַבן לידער (דעביוטירט אין “נײַ װ עלט”), האָט ער זײַנע פּאָעטישע פֿליגלען ברייט צעשפּרייט איבער זײַנע קורצע פּאָעטישע דערציילונגען, װ אָס האָבן זיך געדרוקט אין “די גאָלדענע קייט”,לעבנס-פֿראַגן”, אין ת”א, אין “די צוקונפֿט”,נ”י, און אין דעם רוב יידישע ליטעראַרישע פּובליקאַציעס אויף דער וועלט”.

אין יאָר 1980 איז ער באַלוינט גע װ אָרן מיט דער איציק מאַנגער-פּרעמיע. פֿון צ װ ישן זײַנע פֿיל צאָליקע קורצע דערציילונגען ציטירן מיר די ערשטע שורות פֿון זײַן טיף דורנמעימעינדיקער איכה’- נאָ װ עלע “דער גענשער בית עולם”:

װילסטו זיך טרעפֿן מיט י דן – גײ אויפן גענשער בית-עולם. “…

ווילסטו ז ײַ ן מיט י יִ דן – לאָז זיך צום גענשער בית-עולם.

װילסטו זיך פֿרײען מיט י יִ דן – נאָר אויפֿן גענשער בית-עולם.

װילסטו זיך אויסטענהן מיט י יִ דן, אויסװײנען זיך פֿאַר י יִ דן – צום בעסטן אויפֿן גענשער בית עולם. דאָס לעבעדיקסטע אָרט װוּ י יִ דן שטײען אין אַ געבענטשטער ענגשאַפֿט – איז אויפֿן גענשער בית-עולם”…

“קיין מזל־ברכה ווי אַ ייִדישער מחבר – שרײַבט סאַנדלער – האָט אײַזנמאַן אין ישׂראל נישט געהאַט; אָבער זיך קיין מאָל נישט אונטערגעגעבן דעם ביטערן גורל פֿון זײַן אַ ייִדישער שרײַבער אין אַ לאַנד פֿון ייִדן; אָן פּשרות צו זיך און צום אַרום האָט ער זיך עקשנותדיק געדראַפּעט אויף די שטומע ווענט פֿון גלײַכגילט צו זײַן מאַמע־ לשון. אין די טעג פֿון זײַן ווערן אַ בן־תּישעים האָט ער געשריבן:

װען איך בין מיט מזל אָלט געװאָרן 90 יאָר בין איך געװען זיכער, ז מיין קיבוץ, אלונים, װעט מיר מאַכן אַ פֿײַערלעכן קבלת־פּנים. װ י י ל סוף־כּל־סוף בין איך דאָך אַ לאָנגיאָריקער חבֿר פֿון דעם קיבוץ, דערצו אַ שרבער, און לכּבֿוד מן עלטער… אָבער – קײנער האָט דאָס נישט אָפּגעצײכנט

י .

צבֿי אײַזנמאַן בלײַבט אָבער אין זײַנע ביכער”..

כּבֿוד זײַן אָנדענק. !

י.ל.