איך בין געװאָרן ממש גערירט ביז טרערן װען איך האָב באַקומען פֿון בנימין נתניהו די װ יכטיקע “מעלדונג פֿאַר דער פּרעסע” אַז “ער באַגריסט די איניציאַטיוו צו פֿאַרשטאַרקן דעם באַװוּסטזײַן צו טאָן קעגן די “צער בעלי חיים”. די מיטטײלונג איז אויפֿגעקומען אויפֿן פֿאָן פֿון דער איניציאַטיװ פֿון די בּופעטן אין דער כנסת ‾ “פֿאַר אַ מאָנטיק אָן פֿלײש”, אָנהײבנדיק פֿון נעכטן.
די גערירטקייט איז אַ פֿאַרשטענדלעכע. אָט האָט איר אַ פּרעמיער-מיניסטער װאָס געפֿינט צײַט זיך צו באַשעפֿטיקן מיט טעטיקייטן קעגן צער בעלי חיים אין דער צײַט,װען ער איז פֿון פֿרי ביז נאַכט באַשעפֿטיקט מיט אָפּראַטעװען דאָס ייִדישע פֿאָלק אין ישראל פון דעם פֿאַנאַטישן װעלט-איסלאַם װאָס װיל אונדז פֿאַרלענדן.
ממש דעם זעלבן טאָג, צװישן די באַריכטן װעגן טעראָר‾אַקטן, רציחות, מעסער-שטעכערײַען און דעמאָנסטראַציעס, האָט יעקב פּערי, דער מיניסטער פֿאַר װיסנשאַפֿט געזאָגט, אַז ער מערקט װי נתניהו האָט לעצטנס אַ קער געטאָן אויף רעכט.” עס איז צו האָפֿן, אַז װי דער געװעזענער ראָש פון שב”כ (געהײמדינסט) װײסט פּערי מער וועגן אים. איז דאָך נתניהו פֿון שטענדיק אָן געװען עקסטרעם רעכט. אויך אין זײַן ערשטער רעגירונג און אויך מיט זײַן קעגנערשאַפֿט צו דער אָפּשײדונג פֿון עזה. אָבער פּערי, װעלכער װיל זיך נישט אָפּשײדן פֿון זײַן מיניסטעריאַלן פֿאָטעל, געפֿינט אויס אַ סורפּריז און זאָגט, אַז “עס גייט פֿאַרלוירן אַ פּאָליטישע איניציאַטיװ”. אַך װי פּאַטעטיש, װי נעבעכדיק…
אָבער פּערי איז נישט אַלײן. עס זײַנען פֿאַראַן נאָך אַזעלכע נאַיִװע װאָס גלײבן, אַז נתניהו איז אינדעראמתן אַ שלום-זוכער, װאָס האָט בלית ברירה געלאָזט נאָכשלעפּן נאָך ציפּי חוטאַבעלי, מירי רגב, זאב אלקין, דני דנון און משה פֿײגלין, בעת פֿון אַ װינקל לויערן אויף אים נפֿטלי בענעט און אורי אריאל. אויך דאָס איז בלאַ‾בלאַ. נתניהו איז חוטאָבעלי, ער איז מירי רגב, ער איז זאב אלקין, ער איז דני דנון און ער איז משה פייגלין, און אויך נפתלי בענעט און אורי אריאל. נישטאָ קיין שום אונטערשײד צװישן זײ. ער האָט זיך נישט נאָכגעשלעפּט נאָך די עקסטרעמיסטן. ער איז אַלײן דער גרויסער עקסטרעמיסט. ער רעדט נאָר אַ ביסל אַנדערש, אַ טראָפּן מעסיקער. סוף כל סוף איז ער דאָך דער פּרעמיער-מיניסטער. אָבער ער פֿירט זיך גענוי אַזוי װי זײ, װײַל אויך ער גלויבט אין דער ארץ ישׂראל השלמה, און אַל דאָס איבעריקע זײַנען בלויז דיבורים און טאַקטיק, כּדי צו געװינען צײַט.
אין די ראַמען פֿון אָט דער טאַקטיק האָט ער געקענט רעדן אין בר-אילן, פֿירן אונטערהאַנדלונג אויף אָנשטעל, אײַנפֿרירן די בויונג אויף אַ חודש-צװײ, און אַפֿילו באַפֿרײַען אַ ביסל אַרעסטאַנטן (און דערנאָך זײ אַרעסטירן פֿון דאָס נײַ). דאָס זײַנען אַלץ נאָר פֿארנאַרונגען. זײַן קלאָרער פּלאַן איז נאָך אַ הויז און נאָך אַ בוים, נאָך שאָסייען און נאָך קאָלאָניסטן, כּדי צו פֿאַרטיפֿן די אָקופּאַציע אויפֿן מערבדיקן ברעג און צוּ פֿאַרמײַדן יעטװעדע מעגלעכקייט פֿון אַן אָפּמאַך און אַ צוריקטריט. גענוי אַזוי האָט ער זיך אויפֿגעפֿירט אין זײַן ערשטער קאַדענץ, אין 1996. ערבֿ די װאַלן האָט ער דערקלערט אַז ער נעמט אָן דעם הסכּם פֿון אָסלאָ (טאַקטיק), אָבער װי נאָר ער האָט איבערגענומען די מאַכט האָט ער געעפֿנט דעם טונעל אין ירושלים, האָט גורם געװען אַ בלוט‾באָד און האָט זיך אָפּגעזאָגט פֿון דעם אָסלאָ-הסכּם.
איצט קעמפֿט ער קעגן אַבֿו-מאַזענען טענהנדיק אַן אויפֿהער, אַז “ער איז נישט קיין פּאַרטנער”, נישט געקוקט דערויף וואָס דער פּאַלעסטינער פּרעזידענט דעקלאַרירט, אַז ער איז גרייט אויף אַפּאָליטישער
הסכּמה װאָס אָנערקענט ישׂראל און װאָס זאָל פֿאַרענדיקן דעם קאָנפֿליקט מיט אַלע אַראַבישע מדינות. טאַקע דערפֿאַר האָט אים נתניהו פֿײַנט. נישטאָ קײן זאַך װאָס זאָל אים אַזוי שטאַרק אַרויספֿירן פֿון די גלײַכגעװיכט, װי אַבו מאַזענס פֿאַרעקשנטע קעגנערשאַפֿט צום דורכפֿירן טעראָר-אַקטן. נתניהו איז פֿאַראינטערעסירט אין עקסטרעמיזם װאָס דערוועקט עקסטרעמיזם און װאָס פֿאַרמאַכט יעטװעדע מעגלעכקייט פֿון אַ הסכּם. דעריבער טוט ער אַלץ כדי אָפּצושטויסן דעם דאָזיקן שלום‾העצער, מיטן ציל צו קרוינען אויף זײַן אָרט דעם כאַמאַס, און דעמאָלט װעט װערן קלאָר פֿאַר יעדן איינעם, אַז עס איז באמת נישטאָ מיט װעמען צו רעדן…
יעדעס מאָל ווען דער שטח באַרויִקט זיך אַ ביסל, נעמט ער גיסן בוימל אויפֿן פֿײַער, דורך פּראָקלאַמירן אַ נײַעם בוי‾פּראָיעקט אין מזרח-ירושלים, 2,600 װוינונגען אין גבעת המטוס אָדער אַ צאָל הײַזער אין סילואַן. ער האַלט אויך נישט אָפּ די כנסת‾דעפּוטאַטן פֿון ליכוד אַרויפֿצוגײן אויפֿן הר הבית מיטן ציל אָנצוהעצן אַלע מוסולמענער קעגן אונדז. דעם רעולטאַט האָבן מיר צוגעזען נעכטן אין צװײ מעסער-שטעכערײַען.דער ציל פֿונעם רעכטן לאַגער איז קלאָר: אַ מלחמה פון גוג און מגוג, װאָס וועט אויסברעכן צװישן אונדז און דער מוסולמענישער וועלט, און דעמאָלט, אין ברען פֿון די שלאַכטן, װעט מען קענען פֿאַרטרײַבן אַלע אַראַבער איבער דער גרענעץ. אָבער װאָס װעט געשען טאָמער וועלן מיר פֿאַרשפּילן אין אָט דער גרויזאַמער מלחמה? – זע דעם גורל פֿון דעם ייִדישן ייִשוב בעת דעם גרויסן אויפֿשטאַנד אין יאָר 70 פֿון דער נײַער צײַטרעכענונג…
בליִבט אונדז נאָר ער זאָל זיך מרחם זײַן אויף אונדז אַזוי װי אויף יענע בהמות און עופֿות אין די טעג פֿון צװײטן בית המקדש. אויך מיר װילן לעבן. איז דאָס אַן איבערגעטריבענע בקשה?…
נחמיה שטראַסלער
11.11.2014 “הארץ”
772 ווערטער