דער טעראָריסטישער כאַמאַס, װעלכער איז אַרויס אַ שװער געשלאָגענער, אָבער אַ נישט באַזיגטער פֿון דעם (דערווײַל) לעצטן מיליטערישן פֿאַרמעסט מיט דער ישראלדיקער אַרמײ, איז אין די 32 יאָר פֿון זײַן עקזיסטענץ אויסגעוואַקסן צו אַ זייער ערנסטן כוח אויפֿן באָדן פון דער אומגעהויערער נויט און פֿאַרצװײפֿלונג אונטער דער ישראלדיקער אָקופּאַציע און דער שטרענגער בלאָקאַדע אויך זינט דער “אָפּשײַדונג” פון יולי 2005.
די באַפֿעלקערונג פֿון עזה, װעלכע האָט געבראַכט דעם כאמאס צו דער מאַכט אין די װאַלן צו דער פּאַלעסטינער אינסטאַנץ, איז אָבער געװאָרן אַ קורבּן פֿ ון איר בלינדן אויסװאַל פֿון דעם רעליגיעזן פֿאַנאַטיזם, און אין רעזולטאַט אויך דעם המשך פֿון דער אָקופּאַנטישער בלאָקאַדע מצד מדינת-ישראל. די יידישע באַװוינערס פון דער אומרינגלונגס- הילע אַרום דעם עזה-שטרײַף זײַנען געװאָרן די טעראָריזירטע קרבּנות פֿון דער אויסזיכטלאָזער פֿאַרצװײַפֿלונג צװישן דער באַלאַגערטער עזה’טישער באַפֿעלקערונג. די אונטערערדישע טונעלן, װאָס זײ האָבן אויסגעגראָבן אונטער דער נאָז פֿון דער ישׂראלדיקער מיליטערישער קאָנטראָל, זענען מיט דער צײַט געװאָרן פֿאַר זײ די לונגען צו אָטעמען און די געהיימע טראַנסמיסיע-פּאַסן אָנצופֿילן די געװער-אַרסענאַלן מיט טויזנטער אַרײַנגעשמוגלטע ראַקעטעס און צו באַװעגן די אומלעגאַלע װירטשאַפֿט אין אָט דער פֿאַרשלאָסענער פֿײַנטלעכער אינקלאַװע.
דער כאַמאַס איז אויפגעקומען אין יאָר 1987, אַ יאָר פֿאַר דעם אויסברוך פֿון דער ערשטער אינטיפֿאַדע. ער איז אַרויסגעװאַקסן פֿון די אַז”ג “דאָרפֿישע קאָמיטעטן”, װאָס האָבן זיך רעקרוטירט פֿון די פֿרומע מוסולמענער אין די מעטשעטן און רעליגיעזע אַנשטאַלטן אויפֿן מערבדיקן ברעג און אין עזה-שטרײַף. זײ זײַנען געװען געשטיצט פֿון דער מיליטערישער פֿאַרװאַלטונג אויף דעם אָקופּירטן שטח פונעם מערב‾ברעג און אינעם עזה‾שטרײַף ווי אַ קעגנגעװיכט צום P.L.O. – די “פּאַלעסטינער באַפֿרײַונגס‾אָרגאַניזאַציע”, אונטער דער אָנפֿירונג פֿון יאַסער אַראַפֿאַטן. אין דעם עזה-שטרײַף איז כּמעט אַ העלפֿט פֿון דער באַפֿעלקערונג באַשטאַנען פֿון אַראַבישע פּליטים פון דער אומאָפּהענגיקײטס-מלחמה אין 1948- הײַנט 1.8 מיליאָן נפֿשות, צונויפֿגעשטופּט אויף אַ שטחל פֿון 360 קװ”קמ, ( 36 ק”מ אין דער לענג, לענגאויס דעם ברעג פֿון מיטללענדישן ים, און 10 ק”מ אין דער ברייט).
זינט דער אָקופּאַציע פֿון דעם שטח אין יוני,1967 און באַזונדערס נאָך זײַן “אָפּשײַדונג” אין 2005, װערט דער עזה‾שטרײַף באַטראַכט װי דאָס קלענסטע לאַנד און די גרעסטע און געדיכטסטע אָפֿענע תפֿיסה אויף דער װעלט. מיט דעם קליינעם אונטערשײד, אַז אין אַ געװײנלעכער טורמע איז די מאַכט פֿאַרפֿליכטעט צו באַשפּײַזן די אַרעסטאַנטן, בעת אין דעם עזה-שטרײַף מוזן די “פֿרײַע אַרעסטאַנטן” אַלײן זיך באַזאָרגן מיט פּרנסה און מיט שפּײַז, אונטער דער שטרענגער קאָנטראָל פֿון דער אָקופּאַנטישער מאַכט.
בײַ אָט די אומשטאַנדן איז קיין װוּנדער נישט, אַז דער עזה-שטרײַף, װוּ די נויט און די אַרבעטלאָזיקייט באַטרעפֿן מער װי 60% פֿון דער באַפֿעלקערונג, איז געװאָרן באַהערשט פֿון כאַמאַס. די טיפֿע אָרעמקייט פון עזה איז געווען און געבליבן דער סאַמע פֿרוכטיקסטער באָדן צו ווערן די נעסט פון דעם רעליגיעזן פֿונדאַמענטאַליזם און פֿון דעם נאַציאָנאַליסטישן טעראָר. אין 2006, אַ האַלב יאָר נאָך אריאל שרונס אָפּשײַדונג פון עזה, האָט דער כאַמאַס דאָרט איבערגענומען די פֿולע שליטה, און װערנדיק געשטיצט מיט געלט און מיט װאַפֿן פֿון דעם כאָמייניסטישן רעזשים אין איראַן, פון דעם אַסאַד-רעזשים אין סיריע, פֿון “כיזבאַללאַ” אין לבנון, און דעם סולטאַנאַט קאַטאַר אין אַראַבישן אָריענט, איז דער עזה-שטרײַף געװאָרן אַן אַרסענאַל פֿון ראַקעטעס און אַ געפֿערלעכער ברענפּונקט פֿון טעראָר קעגן ישראל.
די טויזנטער ראַקעטעס האָבן דערמעגלעכט דעם כאַמאַס צו טעראָריזירן די אַרומיקע ישראלדיקע ישובים און אָנצוּװאַרפֿן ישראל אַן אויסמאַטערונגס-מלחמה, װאָס האָט גערײַצט און פּראָװאָצירט די ישׂראלדיקע שכנים. דערביי האָט דער כאַמאַסישער טעראָר אויך געשטאַרק דעם ייִדישן שאָװיניסטישן עקסטרעמיזם, װעלכער האָט, אזוי װי דער כאַמאַס, זיך קעגנגעשטעלט פֿון זייער זייט יעדן געדאַנק פֿון אַ טעריטאָריאַלער פּשרה און פֿון צוויי מדינות פֿאַר די צװײ פֿעלקער. די דאָזיקע “בלינדע אייניקייט פון די עקסטרעמע קעגנזאַצן” שפּײַזט מיט קענזײַטיקער מאָטיװאַציע, מיט בשותפֿותדיקן אינטערעס און מיט קענזעצלעכן שאַװיניזם בײַדע עקסטרעמע עקן פֿון דעם געמײנזאַמען פֿראָנט פֿון אָפּזאָג.
די פּאַלעסטינער טעראָר-אָרגאַניזאַציעס בראָש מיטן כאמאס האָבן מיט יעדן אָרגאַניזירטן טעראָר-אַקט געשטאַרקט דעם “ליכוד” און די אַנדערע פּאַרטײען פֿון רעכטן לאַגער און זײ געהאָלפֿן מנצח זײַן אין די װאַלן צו דער כּנסת – װי דאָס איז געװען, למשל, דער מאַסיװער טעראָר– אַקט ערב די װאַלן אין 1996, אין װעלכע די פּובליק-טעסטן האָבן פֿאָרגעזאָגט שמעון פּרסן און דער עבֿודה-באַװעגונג אַן אויבערהאַנט פֿון קרובֿ 20%,שטימען- אָבער באַזיגט האָט אים דער ליכוד בראָש מיט בנימין נתּניהו…
אין די איצטיקע צוגעאײַלטע װאַלן צו דער כנסת, וועלכע דאַרפֿן פֿאָרקומען דעם 17‾טן מערץ 2015, קאָן יעדע ניכטערע אָפּשאַצונג און יעדער װאַל‾פּראָגנאָז צעשטערט ווערן אין איין אויגנבליק, אין פֿאַל פון אַ מאַסבי װ ן אָדער פֿאַטאַלן טעראָר‾אַקט, װאָס קען פֿירן צו אַ װאַל‾קאַטאַסטראָפֿע. אַזוי װי אין יענעם.װאַל‾רעזולטאַט פֿון מאי 1996, װאָס האָט געבראַכט בנימין נתניהו צום ערשטן מאָל – און דערנאָך נאָך צ װ ײ מאָל צו דער מאַכט.און איצט – ווער ווייס װ אָס שפעטער…
י. ל-ן
מלחמות וואָס הײסן “אָפּעראַציעס”
אונטער וואָס פֿאַראַ נאָמען וועלן די דאָזיקע מיליטערישע אָפּעראַציעס אַרײַנגעשריבן ווערן אין דער געשיכטע?
פֿאָרמעל, אָדער יורידיש, װעלן זײ, און צװישן זײ אַפֿילו די לאַנגע לבנונישע “שלום הגליל” מלחמה, בלײַבן דאָקומענטירט װי “אָפּעראַציעס” און נישט װי מלחמות, װאָס װאָלטן פֿאַרפֿליכטעט די מדינה צו שװערע יורידישע, פֿינאַנסיעלע, סאָציאַלע און פּאָליטישע קאָנסעקװענצן.
און אונטער װאָס פֿאַר אַ נאָמען װעט פֿאַרגעדענקט װערן די אָפּעראַציע “פֿעלזנפֿעסט”?
חוץ דער אומאָפּהענגיקייטס-מלחמה און די לאַנגע אויסמאַטערונגס-מלחמות, איז די אָפּעראַציע “פֿעלזנפֿעסט” געװען די לענגסטע פֿון אַלע ביז איצטיקע מיליטערישע פֿאַרמעסטן פֿון ישׂראל און זי װעט לויט אַלע װאַרשיינלעכקייטן פֿאַרשריבן ווערן סטאַטיסטיש װי די 50 טאָגיקע מלחמה – אין קעגנזאַץ צו דער קירצסטער און זיגערישסטער, 6-טאָגיקער מלחמה פֿון יוני 1967, און קעגנאיבער דעם טרעוומאַטישן פּאָליטישן דורכפֿאַל פון דער יום כּיפּור-מלחמה פֿון אָקטאָבער 1973, װעלכע האָט געדויערט 18 טעג. דרײַ װאָכן נאָכן עוואַקויִרן די זידלונג ימית, דעם לעצטן אָנהאַלט פֿון ישראל אין סיני, האָט זיך אָנגעהויבן די ערשטע לבנונישע מלחמה, װאָס איז געפּלאַנט געװאָרן װי אַן אָפּעראַציע פֿון 24 ביז 48 שעה אונטערן נאָמען “שלום הגליל” און האָט געדויערט גאַנצע 18 יאָר.
די אָפּעראַציע “ענבי זעם” (“טרויבן פון צאָרן”), קעגן די קאַטיושעס און ראַקעטעס פון כיזבאַללאַ אין דרום-לבֿנון, (אַפּריל 1996) האָט געדויערט 16 טעג און האָט זיך טראַגיש פֿאַרענדיקט מיטן אומקום פון 104 לבנונישע פּליטים, וואָס זײַנען באָמבאַרדירט און דערהרגעט געװאָרן זוכנדיק שוץ אינעם פּליטים-לאַגער פֿון דער יו-ען אין דאָרף קאַפֿר קאַנאַ; די אַקציע “חומת מגן” (שוצמויער), אַפּריל-מיי 2002 האָט געדויערט 43 טעג, “צעשמעלצטער בלײַ”, יאַנואַר 2009 – 20 טעג, אדג”ל קעגן עזה, און לסוף די לעצטע פֿאַר דער איצטיקער, די דער אָפּעראַציע “פֿעלזנפֿעסט” האָט צה”ל מאָביליזירט 70.000 רעזערוויסטן, און האָט געפּלאַנט צו דערגאַנצן דעם קאָנטינגענט ביז 88.000 זעלנער, נאָך דעם װי די ארײַנמאַרשירטע כוחות זענען שוין איין מאָל געוואָרן צוריק אַרויסגעצויגן פֿון עזה בעת דעם ערשטן פֿײַער-איבעררײַס, און אַ טייל פֿון זיי זײַנען שוין געוואָרן דעמאָביליזירט. און נאָך דעם װי ביידע צדדים האָבן שוין אָנגעהויבן דעקלאַרירן יעדער איינער זיין נצחון, האָט צה”ל צום צווייטן מאָל אָנגעהויבן מאָביליזירן רעזערוויסטן, כּדי צו “דערגאַנצן” און צו “דערלאַנגען דעם כאַמאַס דעם אַנטשידענעם טויט-קלאַפּ”, װי זיי האָבן צוגעזאָגט בעתן אויסברוך פֿון דער מלחמה.
אין צװישן איז אָבער אונטערן דרוק פֿון עגיפּטן און פון די אַנדערע פּאָליטישע פֿאַקטאָרן דערגרייכט געװאָרן דער נייער פײַער-איבעררײַס צוערשט אויף 72 שעה, דערנאָך פאַרלענגערט אויף נאָך פינף טעג און לסוף איז דערגרייכט געװאָרן אַ הסכם װעגן אַ שטילשטאַנד אויף אַן אומבאַגרענעצטער צײַט, אין װעלכער עס זאָלן פֿאַרהאַנדלט װערן די אולטימאַטיװע פֿאָדערונגען פֿון כאַמאַס מבטל צו מאַכן די בלאָקאַדע פֿון דעם עזה-שטרײַף, אויסבויען אין עזה אַ ים-האַפֿן און אַ פלי-פּאַרט און דג”ל.
דעם 23-סטן אויגוסט, דרײַ טעג פֿאַר דעם לעצטן פֿײַער-איבעררייס האָט צה”ל צום צװײטן מאָל מאָביליזירט פֿרישע 12.000 רעזער װ -סאָלדאַטן, אָבער זיי זענען נישט אַרײַנגעפֿירט גע װ אָרן אין די שלאַכטן.
דעם 26-סטן אויגוסט 2014, דעם 50-סטן טאָג פון די בלוטיקע שלאַכטן, איז די אָפּעראַציע “פֿעלזנפֿעסט” געװאָרן פֿאַרענדיקט, מיטן צוריקצי פון די מאָביליזירטע יבשה-כוחות פֿון צה”ל פון דעם געדיכט באַװוינטן שטאָטישן שטח פֿון עזה, נישט פֿאַרענדיקנדיק די שלאַכטן און נישט דערפֿילנדיק דעם צוזאָג צו צעשמעטערן ענדגילטיק דעם כוח פון דעם טעראָריסטישן פֿונדאַמענטאַליסטישן כאַמאַס און זײַן שליטה איבער דער דאָזיקער באַלאַגערטער טעריטאָריע.
דער בלוטיקער סך-הכל
די מיליטערישע “אָפּעראַציע פֿעלזנפֿעסט”, װאָס האָט זיך אָנגעהויבן דעם 8-טן יולי 2014, האָט זיך פֿאַרענדיקט נאָך 50 טעג פֿון שלאַכטן דעם 26סטן אויגוסט מיט אַ פֿײַער – איבעררײַס, װאָס איז דערגרייכט געװאָרן אין די געשפּרעכן אין קאיר, בײַ דער אַקטיװער פֿאַרמיטלונג פון דעם עגיפּטישן פּרעזידענט, גענעראַל אַסיסי.
אָנגעהויבן האָט זיך די אָפּעראַציע – אַזוי װ י אין יעדן פֿאַרכּישופֿטן קרײַז – מיט אַ קלענערער אָפּעראַציע פֿון צה”ל א.נ. “שובו אחים” צו געפֿינען די דרײַ ייִנגלעך, ישיבה‾בחורים פֿון “גוש עציון”, װ אָס זײַנען דעם 12‾טן יוני גע װ אָרן געקידנעפּט, אויפֿן פּאַלעסטינער שטח וואָס געפֿינט זיך אונטער דער מיליטערישע קאָנטראָל פֿון צה”ל אויפֿן מערבדיקן ברעג.
מבצע צוק איתן היה מבצע צבאי של צה”ל ברצועת עזה שהחל ב-8 ביולי 2014, והסתיים ב-26 באוגוסט עם הפסקת אש.
המבצע החל בעקבות ירי רקטי הולך וגובר מרצועת עזה לעבר אוכלוסייה אזרחית בדרום ישראל, כתגובה ל”מבצע שובו אחים ” של צה”ל לאחר חטיפת שלושת הנערים ב-12 ביוני . בשלב הראשון כלל המבצע בעיקר הפצצות כבדות של חיל האוויר הישראלי , חיל השריון וחיל התותחנים ברצועת עזה, כשבמקביל ישראל ספגה ירי רקטי מרצועת עזה והתמודדה עם חדירה של מחבלים חמושים לשטחה שהגיעו מרצועת עזה דרך הים או דרך מנהרות . בשלב השני, שהחל ב-17 ביולי , נכנסו כוחות קרקעיים של צה”ל לרצועה במטרה לפגוע במנהרות הטרור. בשלב שלישי, שהחל ב-5 באוגוסט הושלמה יציאת הכוחות הקרקעיים של צה”ל מרצועת עזה, אך הלחימה נמשכה במתכונת השלב הראשון. במהלך המבצע נמנו 12 ניסיונות לתיווך ולהשגתהפסקת אש , כאשר רוב הניסיונות התקבלו על ידי ישראל, אך נדחו על ידי חמאס. המבצע הסתיים לאחר 50 ימי לחימה, עם קביעת הפסקת האש.
עם תחילת המבצע נפרסו סוללות כיפת ברזל ברחבי ישראל כדי להגן גם על יישובים במרכז הארץ . במהלך המבצע נורו 4,594 רקטות ופצצות מרגמה לעבר ישראל, מתוכן 735 יורטו על ידי כיפת ברזל , 64 מהן נפלו בשטחי מגורים, 188 מהן כשלו ונפלו בתוך שטחי הרצועה ו-3,607 מהן נפלו בשטחים פתוחים. מנגד צה”ל תקף 6,231 מטרות טרור בשטחי רצועת עזה; 10,590 מבנים נפגעו בתקיפות, 4,024 מבנים נהרסו כליל עד היסוד ו-32 מנהרות טרור הושמדו.[7]
בצד הישראלי נהרגו 67 חיילים ו-5 אזרחים,[2] ונפצעו 1,620 חיילים ו-837 אזרחים. מבחינת הפלסטינים , מבצע צוק איתן היה האירוע הקטלני ביותר ברצועה מאז יום היווסדה. 2,203 פלסטינים נהרגו במהלך המבצע, מתוכם, בין 1,068 ל-1,408 פעילי טרור[3] ובין 805-1473 אזרחים הרוגים,[8] ומעל ל-11,000 פלסטינים פצועים,[3] [9] מעל ל-200 פעילי טרור נשבו בידי ישראל. בנוסף, עשרות פלסטינים ברצועת עזה הוצאו להורג בידי חמאס בטענה ששיתפו פעולה עם ישראל.[10] במהלך הלחימה בין 300 אלף לחצי מיליון מתושבי הרצועה נאלצו לנטוש את בתיהם .[11]
די רעגירונג פֿון דעם נײַעם דרײַלינג ביבי-בוגי-בענעט (נתניהן, יעלון, נפטלי בנט) און דער הויפּט – קאָמאַנדיר פֿון צה”ל רב-אלוף בֶני גאַנץ האָבן שוין פּראָקלאַמירט דעם נצחון. דער “צעשמעטערטער” כאַמאַס האָט שוין אָבער װידער, אַזוי װי אין די פֿריִערדיקע פֿאַרמעסטן, באַקומען דאָס לעצטע װאָרט.
די בלוטיקע טראַגעדיע אַרום עזה איז נאָך נישט פֿאַרענדיקט. זי געפֿינט זיך נאָר הײַנט, װען מיר שרײַבן די דאָזיקע שורות, צװישן אַ יאָ און אַ נײַן – װי אַ נײַע פּויזע נאָך דער באַנײַונג פון דער געפֿערלעכער טעניס-שפּיל צווישן הימל און ערד: צװישן די-ראַקעטעס פֿון אונטן און די באָמבעס פֿון אויבן. אַפֿילו ווען עס קומט אויף פֿון צײַט צו צײַט. אַ נײַע אָטעם-פּויזע אין דער אייביקער אויסמאַטערונגס-מלחמה אין נאָענטן מזרח.
דער קורצער פֿײַער-איבעררײַס פון די 72 שעה און זײַן פֿאַרלענגערונג אויף נאָך פֿינף טעג האָט דערוועקט די אילוזיע, אַז עס האָט אויפֿגעפֿינקלט, װי אַ פֿאַטאַ מאָרגאַנאַ, אַ ליכט-שטראַלעכל פֿון האָפֿענונג בײַם סוף פֿון דעם טונעל, און אונטער דער באַנײַטער פֿײַער-שפּיל האָט מען דאָ אָנגעהויבן װאַרטן אויף גאָדאָ, דעם אַבסטראַקטן גיבור פֿון סאַמועל בעקעטס אַבסורד-דראַמע. דאָס מאָל וואַרט מען אויף דער דעציזיע פֿון כאַמאַס װעגן דעם המשך פון דעם עזה’טישן אַבסורד-טעאַטער.
די ווערטער פֿון דעם דיכטער יהודה עמיחי, װאָס איינער פֿון די איצטיקע דעמאָנסטראַנטן האָט אויפֿגעשריבן אין א גראַפֿיטי אויף א תלאַבֿיבֿער װאַנט:
“פון דעם אָרט וווּ מיר זײַנען גערעכט, וועלן שוין קיינמאָל מער אין פֿרילינג נישט אַרויסװאַקסן קײַן בלומען…