ווען אַ גרופּע שול־קינדער פֿונעם 7טן קלאַס אין נאַטיק, שטאַט מאַסאַטשוסעטס, האָט מיט גרויסן אינטערעס באַטראַכט די ווידעאָ־רעקאָרדירונג פֿון עליע וויזעלס אויפֿטריט בעתן באַקומען די נאָבעל־פּרעמיע פֿון שלום אינעם יאָר 1986, האָט די לערערין, טרייסי סאָקאָלאָסקי, געפֿרעגט אירע יונגע תּלמידים: פֿאַרוואָס האָט וויזעל געוווּנען אַזאַ חשובֿן פּריז?
דער קלאַס איז שוין דעמאָלט געווען באַקאַנט מיט עליע וויזעלס בוך „נאַכט‟, וווּ עס ווערט כּסדר באַהאַנדלט די טעמע פֿון זכרונות. דער שרײַבער דערמאָנט אונדז, אַז ס׳איז וויכטיק צו געדענקען די געשיכטע. צוזאַמען מיט אַ קאָלעגע, פֿירט סאָקאָלאָסקי, אַ 39־יאָריקע לערערין פֿון היסטאָריע און געאָגראַפֿיע, אַ ספּעציעלע אַכט־וואָכיקע בילדונג־פּראָגראַם וועגן דעם חורבן. זי איז געווען צווישן די 25 דערציִער פֿון פֿאַרשיידענע לענדער, וועלכע זענען געפֿאָרן קיין פּוילן אין יאַנואַר, אין שײַכות מיטן 70סטן יוביליי פֿון אוישוויץ־באַפֿרײַונג.
בעת דער פֿינף־טאָגיקער נסיעה, אָרגאַניזירט געוואָרן דורכן אוניווערסיטעט פֿון דרום־קאַליפֿאָרניע, האָבן די באַטייליקטע באַזוכט דעם נײַעם מוזיי פֿון פּוילישע ייִדן אין וואַרשע און אַ צאָל היסטאָרישע ייִדישע ערטער, ווי אויך זיך געטראָפֿן מיט ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה. די לערער מוזן הײַנט באַטראַכטן די צוקונפֿט פֿון דער חורבן־בילדונג. מיט עטלעכע יאָר צוריק, האָבן די קינדער געקאָנט זיך טרעפֿן מיט לעבעדיקע ייִדן, וועלכע האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן און האָבן געקאָנט דערציילט זייערע אייגענע לעבנס־געשיכטעס. לעצטנס, איז אָבער אין דער וועלט געבליבן בלויז אַ קליינע צאָל ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה. צוליב דעם, מוזן די לערער אויסאַרבעטן אַ נײַע שיטה, אַנשטאָט צו פֿאַרבעטן לעבעדיקע עדות־זאָגער אין זייערע קלאַסן.
עס בלײַבט דערווײַל נישט קלאָר, וויפֿל שולן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿירן דורך לימודים וועגן דעם נאַצי־גענאָציד פֿון ייִדן. דער „מעמאָריאַלער חורבן־מוזיי‟ אין וואַשינגטאָן האָפֿט אויסצוגעפֿינען די פּינקטלעכע אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם. אין פֿינף שטאַטן — ניו־דזשערזי, ניו־יאָרק, קאַליפֿאָרניע, אילינוי און פֿלאָרידע — איז די חורבן־בילדונג אָנגענומען געוואָרן ווי אַ טייל פֿון דער סטאַנדאַרטער שול־פּראָגראַם. די אַנדערע שטאַט־אַדמיניסטראַציעס רעקאָמענדירן אײַנצופֿירן די דאָזיקע טעמע ווי אַ גוטע עצה, אָבער נישט ווי אַ נייטיקער טייל פֿון די לימודים.
פּיטער פֿרעדלייק, דער דירעקטאָר פֿון לערער־ענינים בײַם דערמאָנטן וואַשינגטאָנער מוזיי, האָט באַמערקט, אַז ס׳איז פֿאַראַן אַ ריזיקער חילוק צווישן פֿאַרשיידענע שיטות פֿון חורבן־בילדונג. אַ טייל דערציִער האַלטן, אַז מע דאַרף דערציילן די קינדער וועגן דעם חורבן בלויז צוליב דער היסטאָרישער מערקווירדיקייט פֿון דער טעמע. די אַנדערע גלייבן אָבער, אַז מע מוז קאָמבינירט די לימודים וועגן דעם חורבן מיט אַלגעמיינע שמועסן וועגן דעם בירגערלעכן אַחריות און דער סכּנה פֿון אומטאָלעראַנץ. נישט לאַנג צוריק, האָט זיך ברוקלין געעפֿנט אַ נײַער צענטער פֿון חורבן־בילדונג, אויפֿן נאָמען פֿון משפּחה קליינמאַן, וואָס פֿאָקוסירט זיך אויף דער פֿרום־אָרטאָדאָקסישער פּערספּעקטיוו.
[…]