מיטוואָך, דעם 13טן מײַ, האָבן די פֿירער פֿון וואַטיקאַן איבערגעגעבן, אַז זיי קלײַבן זיך צו חתמענען אַן אָפּמאַך, לויט וועלכן מע וועט אָנערקענען פּאַלעסטינער ווי אַן אומאָפּהענגיקע מלוכה. ווי באַלד וואַטיקאַן איז דער וועלט־צענטער פֿון דער קאַטוילישער קירך, וועט דער דאָזיקן באַשלוס צוגעבן אַ ממשותדיקן כּוח צום פּאַלעסטינער קאַמף פֿאַר אומאָפּהענגיקייט, נישט געקוקט אויף דער קעגנערשאַפֿט מצד דער ישׂראלדיקער רעגירונג און דעם פּאַראַליזירטן מצבֿ פֿון די באַציִונגען צווישן ישׂראל און דער פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע.
כוסאַם זאָמלאָט, אַ הויכראַנגיקער פּאַלעסטינער רעגירונג־באַאַמטער פֿאַר די ענינים פֿון אויסערן־באַציִונגען, האָט באַמערקט, אַז וואַטיקאַן רעפּרעזענטירט הונדערטער מיליאָנען קריסטן אַרום דער וועלט, אַרײַנגערעכנט אַ גרויסע צאָל פּאַלעסטינער. זײַענדיק אַ פּיצל־קליינע פֿאָרמעלע מלוכה אינמיטן רוים, פֿאַרמאָגט דער קאַטוילישער וועלט־צענטער אַ גרויסן פּאָליטישער כּוח. די ישׂראלדיקע רעגירונג, פֿון איר צד, איז אָבער געווען שטאַרק אומצופֿרידן מיטן באַשלוס. דער הײַנטיקער פּויפּסט, פּרענסיס, געפֿינט שוין עטלעכע צענדליק יאָר אין גוטע באַציִונגען מיט דער ייִדישער קהילה. דערצו, נייטיקט זיך ישׂראל אין דער שטיצע מצד די קריסטן.
נישט לאַנג צוריק, איז אין ישׂראל אויפֿגעקומען אַ נײַע רעכטע רעגירונג, וועלכע האָט צוגעזאָגט ממשיך צו זײַן דעם שלום-פּראָצעס, אָבער מײַדט אויס דעם באַגריף „פּאַלעסטינער מלוכה‟. אין מאַרץ, גלײַך פֿאַר די וואַלן, האָט בנימין נתניהו, וועלכער איז ווידער אויסגעקליבן געוואָרן אויף דער פּאָזיציע פֿונעם פּרעמיער־מיניסטער, האָט געוואָרנט, אַז כּל-זמן ער בלײַבט בײַ דער מאַכט, וועט ער נישט דערלאָזט צו שאַפֿן קיין פּאַלעסטינער מלוכה, הגם שפּעטער האָט ער אויסגעדריקט אַ ביסל ווייכערע דעות וועגן דעם ענין. להיפּוך, האָט וואַטיקאַן אויף דעם געענטפֿערט מיטן הײַנטיקן באַשלוס דווקא צו שטיצן די פּאַלעסטינער זײַט אינעם דאָזיקן פֿאַל.
[…]
Read more: http://yiddish.forward.com/articles/187863/vatican-to-recognize-palestinian-state/#ixzz3aEZzyADN