Refugee Center in Anatevka

630 387

נישט ווײַט פֿון קיִעוו ווערט איצט געשאַפֿן אַ גאַנצער ייִשובֿ פֿאַר ייִדן, וואָס זענען אַנטלאָפֿן פֿונעם לוגאַנסקער „און דאָנעצקער ראַיאָן, צוליב דעם באַוואָפֿנטן קאָנפֿליקט מיט די פּראָ־רוסישע סעפּאַראַטיסטישע כּוחות, ווי אויך פֿונעם האַלב־אינדזל קרים, וואָס רוסלאַנד האָט איבערגענומען פֿון אוקראַיִנע און אַנעקסירט מיט אַ יאָר צוריק.

בסך־הכּל, האָבן 1.23 מיליאָן מענטשן פֿאַרלאָזט די קאָנפֿליקט־זאָנעס. די „יו־ען‟ האַלט, אַז ס׳איז בעסער צו שאַפֿן פֿאַר זיי מיקלט־צענטערס אינעם זעלבן לאַנד, אַנשטאָט צו העלפֿן צו עמיגרירן, ווײַל אינמיטן אוקראַיִנע קענען די פּליטים זיך גרינגער אַדאַפּטירן צום נײַעם אָרט, בלײַבנדיק אונטער דער זעלבער יוריסדיקציע. למעשׂה, אָבער, איז הײַנט אין אוקראַיִנע אויפֿגעקומען דער פֿענאָמען פֿון „אינערלעכע פּליטים‟. הגם די תּושבֿים פֿון לוגאַנסק און אַנדערע סכּנותדיקע זאָנעס בלײַבן אונטער דער אוקראַיִנישער יוריסדיקציע, איז פֿאַר זיי שווער צו געפֿינען אַ פּרנסה און אַ נײַע היים. די פּאָליטישע אַנאַליטיקער האָבן מורא, אַז די דאָזיקע גרויסע גרופּע אוקראַיִנישע בירגער, וועלכע האָט געמוזט פֿאַרלאָזן זייערע שטיבער און זיך פֿאַרוואַנדלט אין נע־ונדניקעס, קאָן ווערן אַ יאָדער פֿון נײַע גרויסמאַסשטאַביקע אומרוען.

דער אוקראַיִנישער ליובאַוויטשער הויפּט־רבֿ, הרבֿ משה־ראובֿן אַזמאַן, פֿירט אָן מיטן פּראָיעקט פֿונעם פּליטים־צענטער אין שפּאָלע. די אָרגאַניזאַטאָרן האָפֿן, אַז זייער מאָדעל וועט ווערן אַ דערפֿאָלגרײַכער מוסטער, וועלכער וועט העלפֿן צו עפֿענען ענלעכע ייִשובֿים אין אַנדערע שטעט און לייזן די פּראָבלעם פֿון די „אינערלעכע פּליטים‟.

אויפֿן איצטיקן מאָמענט, האָט מען שוין געקויפֿט אַ שטח פֿון 8 העקטאַר ערד לעבן קיִעוו און אָנגעהויבן בויען די ערשטע בנינים. אינעם קומענדיקן סעפּטעמבער פּלאַנירט מען צו עפֿענען אַ שול. אַחוץ די וווין־הײַזער, האָטעלן און אַ יתומים־הויז, קלײַבט מען זיך צו שאַפֿן אינעם פּליטים־ייִשובֿ אַ קאָמפּיוטער־צענטער פֿאַר פּראָגראַמיסטן, אַ פֿאַרם, אַ בעקערײַ מיט אַן אייגענער מיל, אַ קעז־פֿאַבריק און אַנדערע עלעמענטן פֿון אַ זעלבסט־פֿירנדיקער אינפֿראַסטרוקטור. מע פּלאַנירט אויך צו העלפֿן די פּליטים צו באַקומען אַ בילדונג אין אויסלאַנד.

[…]

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/188896/refugee-center-in-anatevka/#ixzz3eDDjHDx6