איינער פֿון די הויכפּונקטן פֿונעם וואָך־לאַנגן „קולטורפֿעסט‟ אין ניו־יאָרק די וואָך איז געווען דער סימפּאָזיום וועגן ייִדישן טעאַטער, שפּראַך און ליטעראַטור, אָרגאַניזירט פֿונעם „סקירבאָל אָפּטייל פֿון העברעיִשע און ייִדישע שטודיעס‟ אין ניו־יאָרקער אוניוורעסיטעט, דורך די פּראָפֿעסאָרן גענאַדי עסטרײַך און דוד ענגל.
צווישן די רעפֿעראַנטן האָט אויפֿגעטראָטן סענדי (סאָסיע) פֿאַקס, אַ גראַדויִר־סטודענטקע פֿון ייִדישער געשיכטע אין ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט, מיט אַ טייל פֿון איר פֿאָרש־אַרבעט וועגן אַ טעמע, וואָס איז, דאַכט זיך, ביז איצט קיין מאָל נישט שטודירט געוואָרן: די ייִדישיסטישע יוגנט־באַוועגונג אין אַמעריקע.
שוין יאָרן לאַנג, וואָס די סאָציאָלאָגן קײַען איבער די זעלבע טעמעס אין שײַכות מיט די יונגע אַמעריקאַנער ייִדן: זייער צוגאַנג צו ישׂראל, פֿרומקייט, געמישטע חתונות… נאָר די יונגע ייִדן, וואָס פֿילן זיך נאָענט צו דער ייִדישער שפּראַך, וואָס נעמען ייִדיש־קורסן, זינגען ייִדישע לידער, און באַמיִען זיך אויפֿצוהאַלטן מאַמע־לשון אין זייער טאָג־טעגלעכן לעבן, האָבן די ייִדישע סאָציאָלאָגן און היסטאָריקער ביז איצט אין גאַנצן איגנאָרירט.
צום טייל, איז עס, אַוודאי, ווײַל די צאָל ייִדישיסטן איז אַ קליינע. פֿון דער אַנדערער זײַט, איז דער פֿאַקט אַליין, וואָס זיי באַמיִען זיך צו רעדן ייִדיש, נישט געקוקט אויף דעם וואָס ס׳רובֿ פֿון זייערע מיטצײַטלער זענען נישט פֿאַראינטערעסירט אין דעם, איז ווערט מע זאָל שטודירן די באַוועגונג.
פֿאַקס האָט דערציילט וועגן צוויי ייִדישיסטישע יוגנט־אָרגאַניזאַציעס אין אַמעריקע: „יוגנטרוף יוגנט פֿאַר ייִדיש‟, וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן אין 1964, און „ייִדיש־פֿאַרם‟ — אין 2010. פֿונעם ערשטן בליק, זעען די צוויי גרופּעס אויס זייער ענלעך, ווײַל אין ביידע זענען די מיטגלידער אידעאָלאָגיש איבערגעגעבן דעם גערעדטן ייִדיש. אָבער דער אופֿן ווי אַזוי די „יוגנטרוף‟־מיטגלידער האָבן אין די ערשטע יאָרן געשריבן וועגן דעם, ווי אַזוי מע זאָל רעדן ייִדיש, און דער אופֿן אין וועלכן די „ייִדיש־פֿאַרם‟־באַטייליקטע רעדן ייִדיש הײַנט, שפּיגלען אָפּ גאָר אַנדערע מאָמענטן אין דער ייִדישער אַמעריקאַנער געשיכטע, האָט פֿאַקס באַמערקט.
אויפֿן ערשטן צוזאַמענפֿאָר פֿון „יוגנטרוף‟ אין 1964, למשל, האָבן די פֿירער דערקלערט, אַז זייער ציל איז צו ראַטעווען די ייִדישע שפּראַך פֿון „איינער פֿון די גרעסטע סכּנות‟ וואָס באַדראָט זי: „די טענדענץ צו רעדוצירן מאַמע־לשון צו אַ שפּראַך פֿון געזאַנג און פֿאָרמעלע רעציטאַציעס… מאַמע־לשון איז במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע 100 יאָר געווען דאָס שטיפֿקינד פֿונעם ייִדישן פֿאָלק: איגנאָרירט, דיסקרימינירט און גערודפֿט. ׳יוגנטרוף׳ מוז דאָס באַקעמפֿן.‟
[…]