בערל ווײַסבראָטס באַשרײַבערישע גראַמאַטיק פֿון דער הײַנטיקער ייִדיש-שפּראַך איז אַ גרונטיקע אַרבעט, וואָס נעמט אַרײַן אַלע אַספּעקטן פֿון מאַמע-לשון — ווי עס האָט זיך אויסקריסטאַליזירט אין מיזרח-אייראָפּע פֿאַרן חורבן, דער הויפּט-ליטעראַריש ייִדיש — אָבער ער ברענגט אויך פֿאַקטן וועגן גערעדטן ייִדיש בכלל און וועגן די דיאַלעקטן, בפֿרט. דער מחבר איז נישט קיין פּנים-חדשות אין דער ייִדישער שפּראַכפֿאָרשונג — ער האָט צוזאַמענגעאַרבעט שוין בײַ עטלעכע ייִדיש-פֿראַנצויזישע און פֿראַנצויזיש-ייִדישע ווערטער־ביכער. אַזאַ ווערק ווי דאָס איצטיקע, איז זיכער פֿריִער נישט געווען אויף פֿראַנצויזיש און כּמעט ווי נישט געווען אויף קיין אַנדער לשון.
די מעלות פֿון דעם ווערק זענען אַ סך: ס׳איז, ווי געזאָגט, אַרומנעמיק; ס׳איז גוט אָרגאַניזירט, גרינג צו געפֿינען דאָס וואָס מע זוכט; יעדער לינגוויסטישער פּונקט קומט מיט זייער אַ סך אילוסטראַטיווע דוגמות. די חסרונות זענען אַ סך ווייניקער: לפֿי עניות דעתּי — צו פֿיל דײַטשמעריזמען אין די דוגמות; אַ צאָל אומפּינקטלעכקייטן, למשל — אַז אין אַזעלכע קאָמבינאַציעס ווי “אײַז קאַלט” אָדער “צוקער זיס” מוז מען שטעלן אַ מקף, בשעת לויט די תּקנות פֿון ייִדישן אויסלייג, מוז מען עס שרײַבן אָן אַ מקף. דאָס זענען, אָבער, קלייניקייטן.
די וואָס קענען פֿראַנצויזיש וועט די גראַמאַטיק זייער צו ניץ קומען; די וואָס קענען נישט קיין פֿראַנצויזיש, וועלן אויך האָבן אַ נוץ פֿון די משל-זאַצן. פֿאַר דער אַרבעט קומט פֿרײַנד ווײַסבראָט אַ גרויסער יישר-כּוח!
ד״ר הערשל גלעזער