דעם 15טן יולי 1913 איז אין סמאָרגאָן, ווײַסלאַנד, געבוירן געוואָרן דער גרויסער ייִדישער פּאָעט אַבֿרהם סוצקעווער. סוצקעווער איז הײַנט ברייט באַוווּסט פֿאַר זײַנע לידער און פּאָעמעס; און זײַנע יאָרן ווי אַ פּאַרטיזאַנער אין ווילנער געטאָ און אין די אַרומיקע וועלדער. ער איז אויך געווען אַ וויכטיקער און טאַלאַנטירטער רעדאַקטאָר, פּראָזע־שרײַבער און רעדנדער, וואָס איז אויפֿגעטראָטן מיט רעפֿעראַטן איבער דער גאָרער וועלט.
ווען איך האָב געאַרבעט בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס, האָב איך אָנגעפֿירט מיט אַ פֿראָיעקט צו דיגיטאַליזירן דעם קלאַנג־אַרכיוו בײַ דער „ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק פֿון מאָנטרעאַל‟. צווישן די הונדערטער ייִדישע שרײַבער, וואָס האָבן דאָרטן געהאַלטן רעדעס, איז סוצקעווער מסתּמא געווען דער פֿאַרכאַפּנדיקסטער צווישן זיי אַלע (אַנדערע מעגלעכע קאַנדידאַטן: חיים גראַדע, חוה ראָזענפֿאַרב, יעקבֿ גלאַטשטיין און אַבֿרהם יהושע העשיל). סוצקעווער האָט באַזוכט מאָנטרעאַל, צום ווייניקסטנס, פֿיר מאָל, אין 1959, 1964, 1968 און 1987, און האָט געהאַלטן צענדליקער רעדעס בײַ דער „ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק‟. צווישן זיי האָט מען רעקאָרדירט 6 פֿאַרשידענע פּראָגראַמען, אַרײַנגערעכט צוויי פֿאָרמעלע רעפֿעראַטן (וועגן דער ליטעראַרישער גרופּע „יונג־ווילנע‟ און וועגן זײַן צוגאַנג צו פּאָעזיע), דרײַ קבלות־פּנימס און איין אָוונט פֿון ליטעראַרישע פֿאָרלייענונגען. די רעקאָרדירונגען זענען אינטערעסאַנט ניט בלויז צוליב דעם, וואָס מע קען זיך דערוויסן אַ סך וועגן דעם פּאָעטס אופֿן פֿאָרצולייענען זײַנע לידער, נאָר אויך ווײַל סוצקעווער איז דווקא געווען איינער פֿון די סאַמע בעסטע רעציטאַטאָרן פֿון זײַנע אייגענע לידער, וואָס די ייִדישע פּאָעזיע האָט אַמאָל פֿאַרמאָגט.
כּדי צו ברענגען סוצקעווערן צו אַ ברייטערן עולם, האָב איך געמאַכט אַ פֿילם, מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך, פֿון אַן אויסצוג פֿון אַ רעדע, וואָס ער האָט געהאַלטן דעם 24סטן מײַ, 1959. אינעם פֿילם דערקלערט סוצקעווער, ווי אַזוי ער האָט געשריבן לידער, ווען ער איז געווען אַ פּאַרטיזאַנער, און ווי אַזוי זײַנע לידער האָבן אים געהאָלפֿן פּסיכאָלאָגיש איבערצולעבן זײַנע יסורים.
אָט זענען די רעקאָרדירונגען פֿון אַלע פּראָגראַמען מיט אַבֿרהם סוצקעווער בײַ דער „ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק” אין מאָנטרעאַל. איך שטעל זיי אַרויף פּשוט כראָנאָלאָגיש, אינעם סדר, אין וועלכן זיי זענען פֿאָרגעקומען. האָפֿטנלעך, וועט עמעצער אַרויסנעמען די ליטעראַרישע פֿאָרלייענונגען פֿון די רעקאָרדירונגען און זיי אַרויסלאָזן ווי אַ באַזונדערן אַלבאָם. צווישן די אַנדערע רעדנער אויף די דאָזיקע רעקראָרדירונגען קען מען הערן באַגריסונגס־רעדעס פֿון אַזעלכע שרײַבער ווי מלך ראַוויטש, חוה ראָזענפֿאַרב, יהודה עלבערג און אַהרן גלאַנץ לעיעלעס.
„קבלת־פּנים מיט אַבֿרהם סוצקעווער‟. דעם 11טן אַפּריל 1959. אין דרײַ טיילן. מיט מלך ראַוויטש און אַהרן גלאַנץ־לעיעלעס.
נאָך די אַלע רעקאָרדירונגען פֿון מאָנטרעאַל זענען אויך דאָ אַ פּאָר אינטערעסאַנטע פֿילמען אויף „יו־טוב‟, וואָס זענען פֿאַרבונדן מיט אַבֿרהם סוצקעווער.
אָט קענט איר הערן, ווי דער נאַציאָנאַלער יונגט־כאָר פֿון האָלאַנד זינגט סוצקעווערס באַליבט ליד „אונטער דײַנע ווײַסע שטערן‟
די לידער פֿונעם ווילנער געטאָ, אַרײַנגערעכנט סוצקעווערס, ווערן פֿאָרגעשטעלט אינעם פֿילם „געטאָ‟, וואָס מע האָט געמאַכט אויפֿן סמך פֿון דער באַקאַנטער ישׂראלדיקער שפּיל „גטו‟ פֿון יהושע סאָבאָל. כאָטש דער פֿילם איז גאָר אומרעאַליסטיש, האָט ער געבראַכט די מוזיק פֿון ווילנער געטאָ צו אַ ריזיקן נײַעם עולם. אין דער סצענע זינגט די אונגעריש־ייִדישע אַקטריסע עריקאַ מאַראָזשאַן.
אין 1960 האָט די פֿירמע „פֿאָלקווייס‟, בראש מיט משה אַש, דער זון פֿונעם ייִדישן שרײַבער שלום אַש, אַרויסגעלאָזט אַ פּלאַטע, אין וועלכער סוצקעווער לייענט פֿאָר זײַנע אייגענע לידער. די לידער קען מען איצט הערן אויף „יו־טוב‟. אָט לייענט סוצקעווער פֿאָר זײַן ליד „שפּילצײַג‟:
און פֿונעם זעלביקן אַלבאָם קען מען הערן זײַן ליד „אַ וואָגן שיך‟. דעם פֿילם האָט צונויפֿגעשטעלט ד׳׳ר דבֿ־בער קערלער.
Read more: http://blogs.yiddish.forward.com/vayter/189717/abraham-sutzkever-s-voice/#ixzz3hP9rL4n5