(די 2 טע זײַט פֿון 2)
ד׳׳ר זאַריט האָט בפֿירוש באַטאָנט די „פֿיל־דיציפּלינאַרישקייט‟ פֿונעם זשורנאַל, וואָס וועט מאָנען אַרטיקלען ניט בלויז בײַ געלערנטע, וואָס אַרבעטן אין די געביטן פֿון ייִדישע שטודיעס, גערמאַנישע שפּראַכן און אַנדערע נאָענט־פֿאַרבונדענע געביטן, נאָר אויך אַרטיקלען פֿון היסטאָריקער, סאָציאָלאָגן, קינסטלער, קונסט־קריטיקער, ליטעראַטור־פֿאָרשער און אַזוי ווײַטער.
ד׳׳ר דוד ראָסקעס, דער „עוועלין הענקינד פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישער ליטעראַטור‟ בײַם „ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר‟ און דער „גײַסטיקער בעל־יועץ‟ פֿונעם זשורנאַל, האָט גערעדט פֿאַרן עולם אויף ייִדיש, באַטאָנענדיק די וויכטיקייט פֿונעם זשורנאַל ווי אַ נײַע היים פֿאַר ייִדיש־שטודיעס. ער האָט אויך באַדאַנקט די „נעמי־פֿונדאַציע‟, די הויפּט־שטיצערין פֿונעם זשורנאַל, וואָס האָט זיך געשטעלט אין קאָנטאַקט מיט אים מיט יאָרן צוריק, כּדי צו געפֿינען פּאַסיקע קאַנדידאַטן צו שאַפֿן אַ נײַעם זשורנאַל. לינדסי באָדנער פֿון דער „נעמי־פֿונדאַציע‟, וואָס שטיצט אונטער פֿאַרשידענע פּראָיעקטן געווידמענט דער ייִדישער שפּראַך, כּדי צו באַערן דעם אָנדענק פֿון דער ייִדיש־פּראָפֿעסאָרשע נעמי פּראַווער־קאַדאַר, איז אויך געווען בײַ דער שׂימחה.
בעת אַן אומפֿאָרמעלן שמועס מיטן „פֿאָרווערטס‟, האָט ד׳׳ר זאַריט דערקלערט, אַז דער זשורנאַל וועט זײַן אַנדערש פֿון ס׳רובֿ אַקאַדעמישע פּובליקאַציעס צוליב דעם, וואָס עס וועט ניט האָבן קיין עכטע „נומערן‟. אַנשטאָט אַרויסצוגעבן אַ פֿולן נומער נאָך אַ געוויסער צײַט־אָפּשניט וועט מען אַרויסגעבן דרײַ נײַע „פּאָסטן‟ יעדע וואָך און דערבײַ צוציִען אַן עולם במשך פֿונעם יאָר, אין קעגנזאַץ צו ס׳רובֿ אַקאַדעמישע זשורנאַלן, וואָס דריקן זיך איין מאָל אין אַ יובֿל און דאַרפֿן דערפֿאַר צוזאַמענקלײַבן אַן עולם לייענער יעדעס מאָל פֿון דאָס נײַ.
ד׳׳ר זאַריט האָט צוגעגעבן, אַז דער זשורנאַל האָט גענוג מאַטעריאַל אַרויסצוגעבן אַ פּאָר זאַכן יעדע וואָך ביז נאָוועמבער. צוזאַמען מיט זײַן אומגעוויינטלעכן צײַטפּלאַן פֿון דערשײַנען אַרטיקלען, וועט „אין געוועב‟ אויך אָננעמען אַרטיקלען, איבערזעצונגען, בלאָג־פּאָסטן וכדומה במשך פֿון אַ גאַנץ יאָר און ניט נאָר צווישן באַגרענעצטע טערמינען ווי בײַ כּמעט אַלע אַקאַדעמישע זשורנאַלן. „מיר ווילן שטענדיק באַקומען וואָס מער מאַטעריאַל,‟ האָט ד׳׳ר זאַריט איבערגעגעבן.
[…]
Read more: http://yiddish.forward.com/articles/189998/-yiddishists-walk-into-a-bar/?p=all#ixzz3iARasZv4