Is Pollard’s Release Bad For Jews?

630 435

הגם אַ סך ייִדן זענען צופֿרידן, אַז די אַמעריקאַנער רעגירונג קלײַבט זיך אַרויסצולאָזן פֿון טורמע דעם פֿאַרמישפּטן שפּיאָן יונתן פּאָלאַרד, באַמערקן אַ טייל קריטיקער, אַז די מעשׂה מיט זײַן שפּיאָנאַזש האָט אַ צווייפֿלהאַפֿטיקן טעם. זײַן שפּיאָנירן לטובֿת ישׂראל האָט קאַליע געמאַכט די באַציִונגען צווישן די ייִדן און דער אַמעריקאַנער רעגירונג. דערצו, איז עס אַ קלאַפּ פֿאַרן מאָראַלישן געשטאַלט פֿון ייִדן.

למשל, דוד שאַפּיראָ, אַ וואַשינגטאָנער אַדוואָקאַט, וועלכער רעפּרעזענטירט די ציווילע לײַט, וועלכע האָבן נישט געקאָנט באַקומען אַ דערלויבעניש מיטצואַרבעטן מיט די אַמעריקאַנער מלוכישע שוץ־אַגענטורן, האָט זיך באַקלאָגט, אַז צוליב דער מעשׂה מיט פּאָלאַרדן זענען די זיכערהייט־אינסטאַנצן חושד, אַז צווישן די ייִדן טרעפֿן זיך ישׂראלדיקע שפּיאָנען. הגם פּאָלאַרד איז אַרעסטירט געוואָרן מיט 30 יאָר צוריק, בלײַבט דער דאָזיקער חשד אַן ערנסטע שטערונג פֿאַר די, וואָס שטרעבן זיך אויפֿצוהייבן אויף די „טרעפּ‟ פֿון דער זיכערהייט־היעראַרכיע.

וואָס שייך דעם מאָראַלישן געשטאַלט פֿון דער ייִדישער קהילה, האָט די וואַרעמע קבלת־פּנים און ענטוזיאַסטישע שטיצע לטובֿת פּאָלאַרדן אין ישׂראל און אין די אַמעריקאַנער ייִדישע אָרגאַניזאַציעס געשאַפֿן אַן אומאָנגענעמען אײַנדרוק. מיכאל שורקין, אַ געוועזענער פֿאָרשטייער פֿון די מלוכישע אויסשפּיר־אינסטאַנצן, וועלכער אַרבעט איצט ווי אַ פּאָליטאָלאָג בײַ דער קאָרפּאָראַציע RAND, האָט געטענהט, אַז ווען מע שילדערט אַ בפֿירושן שפּיאָן ווי אַ העלד, איז מען דערמיט גורם צרות פֿאַר די מתפּללים אין די וואַשינגטאָנער שילן, וואָס אַרבעטן אין פֿאַרשיידענע געהיימע אַגענטורן.

דעם 28סטן יולי האָט די אַדמיניסטראַציע פֿון דער תּפֿיסה, וווּ פּאָלאַרד זיצט, באַשלאָסן אים אַרויסצולאָזן דעם 21סטן נאָוועמבער, נאָך 30 יאָר אַרעסט. זײַענדיק אַן אויסשפּירער פֿונעם אַמעריקאַנער ים־פֿלאָט, האָט ער צוגעגנבֿעט געהיימע דאָקומענטן און זיי איבערגעגעבן זײַנע ישׂראלדיקע ווערבירער. ווען דער שפּיאָן איז געזעסן אין טורמע, האָט מדינת־ישׂראל אים צוגעטיילט איר בירגערשאַפֿט און כּסדר געבעטן די פֿאַראייניקטע שטאַטן אים צו באַפֿרײַען. אַ ריי ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין אַמעריקע האָבן אויך געקעמפֿט פֿאַר זײַן באַפֿרײַונג און שטאָלצירן איצט, אַז זייער טעטיקייט האָט געהאָלפֿן אַרויסצולאָזן פּאָלאַרדן פֿון תּפֿיסה.

[…]

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/190154/is-pollards-release-bad-for-jews/#ixzz3idE8o7qU