Rosy Glazer, Jewish Woman Who Taught SS Officers to Dance

630 415

ראָזיע גלאַזער איז געווען אַ לײַכטזיניקע און פֿרײַע ייִדישע טענץ־לערערין, וועלכע האָט ליב געהאַט די דזשעז־מוזיק און אַ קאָמפּאַניע פֿון אָנגענעמענע מענער. ווען די נאַציס זענען אין 1940 געקומען צו דער מאַכט אין האָלאַנד, וווּ זי האָט געוווינט, האָט זי נישט אויפֿגענומען ערנסט זייערע מערדערישע כּוונות, און חוזק געמאַכט פֿון די דײַטשישע אָקופּאַנטן.

צוליב דעם, וואָס די נאַציס האָבן באַטראַכט די בלאָנדע טענצערין ווי אַן „אַרישע‟ פֿרוי, האָט זי איגנאָרירט דעם געזעץ, לויט וועלכע די ייִדן האָבן געמוז טראָגן אַ געלן צייכן, און האָט פּאָזירט אויף די פֿאָטאָגראַפֿיעס צווישן די דײַטשע זעלנער לעבן אַ קאַפֿע, וווּ ס׳איז געהאַנגען די וואָרענונג, אַז אַ ייִד טאָר זיך דאָרטן נישט באַווײַזן.

צום סוף האָבן די נאַציס געכאַפּט דאָס „כוליגאַנישע‟ ייִדישע מיידל און זי פֿאַרשיקט קיין אוישוויץ. אינעם טויט־לאַגער, האָט זי ממשיך געווען איר טעטיקייט און אָנגעהויבן לערנען די אָפֿיצירן פֿון „עס־עס‟ צו טאַנצן. דאָס האָט איר געהאָלפֿן זיך צו געבן אַ קלוגע עצה צו אַנטלויפֿן און איבערלעבן די מלחמה.

ראָזיע גלאַזער איז ניפֿטר געוואָרן אין יאָר 2000. נישט לאַנג צוריק, האָט איר האָלענדישער פּלימעניק, פּאָל גלאַזער, פֿאַרעפֿנטלעכט אין ענגלאַנד דאָס ערשטע ביאָגראַפֿישע בוך וועגן זײַן מומעס אויסערגעוויינטלעך אינטערעסאַנטער לעבנס־געשיכטע. דער מחבר פֿון דער ביאָגראַפֿיע, וואָס טראָגט דעם נאָמען „טאַנצן מיטן שׂונא‟, האָט דערקלערט, אַז זײַן מומע האָט צומאָל נישט פֿאַרשטאַנען, אַז זי געפֿינט זיך אין אַ טויט־סכּנותדיקער סיטואַציע. פֿון דער צווייטער זײַט, האָט זי אויסגענוצט אַ ריי געלעגנהייטן און קלאָר פֿאַרשטאַנען, וואָס זי טוט. אַזוי צי אַזוי, האָט זי דער שפּילעוודיקער לײַכטזיניקער כאַראַקטער געראַטעוועט פֿונעם טויט.

הײַיאָר, איז פּאָל גלאַזער אויפֿגעטראָטן מיט אַ לעקציע וועגן זײַן מומע אויף דער „לימוד־קאָנפֿערענץ‟ אין מאָסקווע. ווען די נאַציס האָבן געשטעמפּלט איר פּאַספּאָרט מיט אַ צייכן פֿון איר ייִדישן אָפּשטאַם, האָט זי עס פּשוט אויסגעמעקט. ברעכנדיק די נאַצי־געזעצן, האָט זי ווײַטער אָנגעפֿירט מיט די טאַנץ־קלאַסן אין האָלאַנד און האָט אַפֿילו געשאַפֿן אַ פֿילם מיט אירע טענץ אין 1941. ס׳זעט אויס, אַז אין אַמסטערדאַם איז דעמאָלט נאָך געבליבן אַ פֿרײַע קולטור־סבֿיבֿה.

[…]

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/190337/jewish-woman-who-taught-ss-officers-to-dance/#ixzz3jOEakdT9