אינעם יאָר 1965, האָט דער ערשטער אַמבאַסאַדאָר פֿון מערבֿ־דײַטשלאַנד אין ישׂראל, ד״ר ראָלף פּאַולס, אַ געוועזענער אָפֿיציר פֿון „ווערמאַכט‟, געגעבן אַ קוש אין גאָלדע מאירס האַנט. דעמאָלט איז זי געווען די ישׂראלדיקע אויסערן־מיניסטאָרין. דער דאָזיקער סימבאָלישער זשעסט איז געווען אַ טייל פֿונעם לאַנגן דיפּלאָמאַטישן פּראָצעס פֿון אָפֿיציעלע באַציִונגען צווישן די צוויי לענדער.
אין יענער תּקופֿה, האָט די ישׂראלדיקע רעגירונג זיך באַצויגן צו דײַטשלאַנד זייער קאַלט. אַ סך ישׂראלים האָבן פּראָטעסטירט קעגן וועלכע־ניט־איז באַציִונגען מיטן לאַנד, צוליב דער פֿינצטערער פֿאַרבינדונג מיטן חורבן. הײַנט, מיט 50 יאָר שפּעטער, זענען די צוויי לענדער געוואָרן נאָענטע פֿרײַנט און שותּפֿים. הײַיאָר קומען פֿאָר אַ ריי צערעמאָניעס און אונטערנעמונגען לכּבֿוד דעם 50־יאָריקן יוביליי פֿון דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען צווישן ישׂראל און דײַטשלאַנד.
באַזונדערס וואַרעם איז דער „ראָמאַן‟ צווישן בערלין און תּל־אָבֿיבֿ, וועלכער האָט זיך אַנטוויקלט מיט 20 יאָר צוריק, ווען דער קולטור־רענעסאַנס אין ביידע שטעט האָט זיך פֿאַרוואַנדלט אין צענטערס פֿון שעפֿערישער יוגנטלעכער ענערגיע. דעם 27סטן אויגוסט וועט אין תּל־אָבֿיבֿ און בערלין פֿאָרקומען אַן אייגנאַרטיקע צערעמאָניע פֿונעם דיפּלאָמאַטישן יוליביי: די בעסטע „די־דזשייס‟ פֿון די בערלינער און תּל־אָבֿיבֿער נאַכט־קלובן וועלן שיקן זייער מוזיק אויף דער ראַדיאָ איבערן קאָנטינענט.
די דײַטשישע סטאַנציע DRadio Wissen און די ישׂראלדיקע אינטערנאַציאָנאַלע סטאַנציע „קול־ישׂראל‟ וועלן איבערגעבן צוזאַמען די מוזיק פֿונעם תּל־אָבֿיבֿער קלוב „כּולי עלמא‟, וווּ עס וועלן שפּילן די „די־דזשייס‟ פֿונעם בערלינער קלוב The Beathoavenzs. אין דער זעלבער צײַט, וועלן אינעם בערלינער קלוב „פּרינץ טשאַרלז‟ אויפֿטרעטן זייערע תּל־אָבֿיבֿער קאָלעגן, ירין לידור און נדבֿ נאמן. בשותּפֿות, וועלן די סטאַנציעס שאַפֿן אַ מין אינטערנאַציאָנאַלן נאַכט־קלוב, אויסטוישנדיק די ראַדיאָ־כוואַליעס איבער דער וועלט.
יונתן ליפּיץ, איינער פֿון די זיבן בעלי־בתּי
[…]