Studying Talmud in Iran‘s Holy City

630 472

קאָם, די הייליקע שטאָט פֿון די שיִיִטן, איז פֿול מיט מעטשעטן, מוסולמענישע גײַסטיקע מנהיגים און טראַדיציאָנעלע רעליגיעזע שולן. ווען איך האָב געבעטן דעם איסלאַמישן פֿאָרשער האָסיין סאָליימאַני אָנצורופֿן זײַנע באַליבסטע מחברים, האָט ער געענטפֿערט: עדין שטיינזאַלץ, צוליב זײַן איבערזעצונגען פֿונעם תּלמוד, און מאַרטין בובער.

דאָס האָט מיך אַ ביסל פֿאַרחידושט. בעת מײַן אַנומלטיקן וויזיט אין איראַן, האָב איך באַזוכט דעם „אוניווערסיטעט פֿון רעליגיעס און דענאָמינאַציעס‟ אין קאָם, און זיך געטראָפֿן מיט עטלעכע באַקאַנטע פֿאָרשער, אַרײַנגערעכנט סאָליימאַני, וועלכער פֿאַרנעמט זיך מיט רעליגיזיע פֿאַרגלײַך־פֿאָרשונגען און אַרבעטן אינעם ספּעציעלן צענטער פֿון ייִדישע שטודיעס בײַם דאָזיקן איסלאַמישן אוניווערסיטעט.

סאָליימאַני ספּעציאַליזירט זיך אין פֿאָרשונגען פֿון פֿאַרשיידענע ייִדישע גרופּעס, בפֿרט פֿון דער תּלמודישער תּקופֿה. זײַענדיק אַ קרימינאָלאָג, אינטערעסירט ער זיך אויך מיטן ייִדישן צוגאַנג צו פֿאַרברעכנס און שטראָפֿן. ער אַרבעט איצט איבער דער איבערזעצונג פֿון אַן ענגליש בוך אויף דער דאָזיקער טעמע, פֿאַרעפֿנטלעכט דורכן באָסטאָנער אוניווערסיטעט. זײַן ברודער, אַבדול־ראַהים סאָליימאַני, האָט מיר דערציילט, אַז ער שטודירט אויך די ייִדישע רעליגיע, כּדי בעסער צו פֿאַרשטיין דעם קאָראַן. דער דאָזיקער פֿאָרשער טראָגט דעם טיטל „האָדזשאַטאָלעסלאַם‟ — די העכסטע מדרגה פֿאַר אַן אַיאַטאָלע. אַזוי ווי אַנדערע פּראָפֿעסאָרן אינעם קאָמער רעליגיעזן אוניווערסיטעט, האָט ער אויך אַ דאָקטאָראַט.

אַבדול־ראַהים סאָליימאַני האָט באַמערקט, אַז ייִדישקייט ווערט דערמאָנט אינעם הייליקן מוסולמענישן בוך אָפֿטער, ווי אַנדערע רעליגיעס. דער קאָראַן איז מסכּים, בדרך־כּלל, מיט די יסודות פֿון ייִדישקייט, הגם אין אַ צאָל ערטער באַציט זיך קריטיש צו געוויסע ייִדישע מינהגים.

אַן אַנדער פֿאָרשער, מעהראַב סאַדעגניִאַ, פֿאָקוסירט זיך אויף די שטודיעס פֿון קבלה בכלל און דעם „זוהר‟ בפֿרט, ווי אויך מיט די מיסטישע מדרשים. ער האָט באַמערקט, אַז אין דער גמרא זענען פֿאַראַן אַ סך ענינים, וואָס ווערן אויך דערמאָנט אינעם קאָראַן. להיפּוך, שטודירט זײַן קאָלעגע אַלי שאַבאַזי די ווערק פֿון סעדיה גאָון און אַנדערע קלאַסישע ייִדישע מחקרים. שאַבאַזי האָט זייער ליב די פֿאָרשונגען פֿונעם האַרוואַרדער פּראָפֿעסאָר האַרי וואָלפֿסאָן, וועלכער האָט דעמאָנסטרירט אַ סך פֿאַרבינדונגען צווישן די מיטל־עלטערלעכע מוסולמענישע, ייִדישע און קריסטלעכע פֿילאָסאָפֿן.

[…]

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/190610/studying-talmud-in-iran-s-holy-city/#ixzz3kQM4F1ei