Will Obama and Netanyahu Reconcile?

630 415

ס׳זעט אויס, אַז דער אָפּמאַך מיט איראַן איז אַ זיכערע זאַך. דאָס מיינט נישט אָבער, אַז דאָס טיפֿע מחלוקת צווישן דעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט, באַראַק אָבאַמאַ, און דעם ישׂראלדיקן פּרעמיער־מיניסטער, בנימין נתניהו, וועט פֿאַרשוווּנדן ווערן. נתניהו האָט פֿאַרשפּילט זײַן קאַמף קעגן איראַן, און בלײַבט ברוגז.

איין גוטע עצה וואָלט געווען צו פֿירן די דעבאַטן שטילערהייט, הינטער פֿאַרמאַכטע טירן, אַנשטאָט צו קריטיקירן איינער דעם צווייטן פֿון הויכע טריבונעס. דזשאָעל רובין, דער פּרעזידענט פֿון דער „וואַשינגטאָנער סטראַטעגישער גרופּע‟, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט קאָנסולטאַציעס וועגן אינערן־ענינים, האָט באַמערקט, אַז אָבאַמאַ און נתניהו דאַרפֿן אָנהאַלטן און פֿאַרבעסערן די באַציִונגען אין זיכערהייט־ענינים צווישן די צוויי לענדער, און דערקלערן די זיכערהייט־באַאַמטע וועגן דער סיטואַציע, כּדי זיי זאָלן זיך נישט זאָרגן. וואָס שייך פּאָליטיק, גלייבט רובין, אַז ביידע פֿירער מוזן בײַטן דעם קורס פֿון זייערע דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען און באַהאַנדלען די פּאָליטישע סתּירות צווישן זיך ווי ערנסטע דערוואַקסענע פֿירער, נישט בלויז ווי פּאָליטיקער.

מיט אַ יאָר צוריק, זענען דורכגעפֿאַלן די אַמעריקאַנער באַמיִונגען צו דערגרייכן שלום צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער. איינע פֿון די סיבות דערפֿון זענען געווען די פֿאַרביקע עפּיטעטן, מיט וועלכע די ישׂראלדיקע און אַמעריקאַנער פֿירער האָבן „באַלוינט‟ איינער דעם צווייטן. די ווײַטערדיקע אַרבעט איבערן שלום־אָפּמאַך מיט די פּאַלעסטינער קאָן אָפּשוואַכן די סיכסוכים וועגן איראַן. דער עזה־פּאַס בלײַבט אַן אומסטאַבילער ראַיאָן, דערפֿאַר מוז מען לייזן די דאָזיקע פּראָבלעם.

[…]

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/190829/will-obama-and-netanyahu-reconcile/#ixzz3lBDdNgkd