Don Francisco Leaves Latin American TV

630 415

דעם קומענדיקן שבת, דעם 19טן סעפּטעמבער, וועט דער שפּאַניש־שפּראַכיקער טעלעוויזיע־נעץ Univision ווײַזן דעם לעצטן עפּיזאָד פֿון דער וואַריעטע־פּראָגראַם „סאַבאַדאָ היגאַנטע‟. במשך פֿון 53 יאָר, צום לענגסטן אין דער געשיכטע פֿון וואַריעטע־פּראָגראַמען אין דער וועלט, האָט דער שאַפֿער, דאָן פֿראַנסיסקאָ, כּסדר פֿאַרווײַלט די צוקוקער מיט אַ עקלעקטיש און אייגנאַרטיק געמיש פֿון שפּילערײַען, טשיקאַווע שמועסן און אַנדערע זשאַנערס. למשל, בעת די מוזיקאַלישע פֿאַרמעסטן האָט מען פֿאַרשוויגן די שלעכטע זינגער מיט אַ טרומייט; מיט דער הילף פֿון ליגן־דעטעקטאָרס האָט מען באַשטעטיקט, צי געוויסע מענער האָבן טאַקע געפֿירט אַ לינקע ליבע; און עלעמענטן פֿון קאָמעדיע זענען געווען אויסגעמישט מיט שיינקייט־קאָנקורסן.

צענדליקער מיליאָן צוקוקער אין 40 לענדער האָבן הנאָה געהאַט פֿון דער פּראָגראַם, וועלכע איז געוויזן געוואָרן יעדן שבת במשך פֿון דרײַ פֿערטל שעה. אַ צאָל אַנדערע פּראָגראַמען האָבן זי פּאַדאָדירט, ווײַל „סאַבאַדאָ היגאַנטע‟ איז געוואָרן אַ גוט באַקאַנטער פֿענאָמען אין דער פּאָפּולערער קולטור. ווייניקער מענטשן ווייסן אָבער, אַז דער שאַפֿער און פֿירער פֿון דער פּראָגראַם, אַ געבוירענער אין טשילי, איז אַ ייִד.

מאַריאָ לויִס קרויצבערגער־בלומענפֿעלד איז געבוירן געוואָרן אין אַ משפּחה פֿון דײַטשישע ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה. צוליב זײַן אימיגראַנטישער ביאָגראַפֿיע און דער השפּעה פֿון דער אַמעריקאַנער קולטור, איז ער געוואָרן אַ באַרימטער שטערן פֿון דער שפּאַניש־שפּראַכיקער קולטור, בפֿרט אין די לאַטײַן־אַמעריקאַנער לענדער. אַדרבה, זײַן ייִדישער אָפּשטאַם האָט דווקא געהאָלפֿן צו זײַן דערפֿאָלג. פֿאַרן טעלעוויזיע־עקראַן, האָט ער אויסגעקליבן דעם פּסעוודאָנים „דאָן פֿראַנסיסקאָ‟.

דער 74־יאָריקער טעלעוויזיע־שטערן איז געבוירן געבוירן אין טשילי על־פּי צופֿאַל. ס׳איז געווען דאָס איינציקע לאַנד, וווּהין זײַנע טאַטע־מאַמע האָט זיך אײַנגעגעבן צו אַנטלויפֿן פֿון די נאַציס. אין זײַן שפּאַנישער אויטאָביאָגראַפֿיע, וועלכע ער האָט אַרויסגעגעבן אינעם יאָר 2001, דערמאָנט זיך קרויצבערגער, אַז זײַנע קינדער־יאָרן זענען פֿול מיט ייִדישע שׂימחות — ווי אויך מיט אַנטיסעמיטיזם. אין דער היים האָט ער, לכתּחילה, גערעדט נאָך דײַטש. שפּאַניש האָט ער אויסגעלערנט שפּעטער אין דער שול. אין טשילי, צוליב דעם שפּראַכלעכן באַריער און דער שׂינאה צו די ייִדן, האָט ער זיך געפֿילט ווי אַ פֿרעמדער. דאָס האָט אים אָבער געהאָלפֿן צו שאַפֿן אַ פּראָגראַם, וואָס האָט שטאַרק אויסגענומען צווישן די לאַטײַן־אַמעריקאַנער אימיגראַנטן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וווּ זיי פֿילן זיך אויך אָפּגעפֿרעמדט.

[…]

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/191112/jewish-don-leaves-latin-american-tv/#ixzz3mPXMw4Gt