Portugal Issues 1st Passport For Sephardic Jews

630 350

די רעגירונג פֿון פּאָרטוגאַל האָט גוטגעהייסן די בקשה פֿון אַ פּאַנאַמער בירגער, וועלכער האָט געבעטן אַ פּאָרטוגאַלישן פּאַספּאָרט צוליב זײַן ספֿרדישן אָפּשטאַם. נישט לאַנג צוריק, האָט מען אין פּאָרטוגאַל אָנגענומען דעם געזעץ, לויט וועלכן די אָפּשטאַמלינגען פֿון ספֿרדישע ייִדן האָבן דאָס רעכט צו באַקומען די פּאָרטוגאַלישע בירגערשאַפֿט.

דער געזעץ איז אײַנגעפֿירט געוואָרן אין מאַרץ. די ייִדישע קהילה אין פּאָרטאָ, וועלכע האָט באַשטעטיקט דעם ספֿרדישן אָפּשטאַם פֿונעם הײַנטיקן בירגערשאַפֿט־געווינער, אַלפֿאָנסאָ פּאַרעדעס, האָט איבערגעגעבן דעם ייִט״אַ, אַז ער איז דער ערשטער מענטש, וועלכער האָט זיך מיט דערפֿאָלג באַנוצט מיטן נײַעם געזעץ. מאָנטיק, דעם 12טן אָקטאָבער, האָט אַ קהילה־פֿאָרשטייער דערקלערט, אַז פּאַרעדעס האָט באַקומען זײַן בירגערשאַפֿט דעם 2טן אָקטאָבער.

דער פּאָרטוגאַלישער וואַריאַנט פֿונעם „חוק־השבֿות‟ איז באַגרינדעט אויפֿן רעגירונג־באַשלוס פֿונעם יאָר 2013, לויט וועלכן די אָפּשטאַמלינגען פֿון די ספֿרדים, וועלכע זענען פֿאַרטריבן געוואָרן אינעם 15טן און 16טן יאָרהונדערט פֿון שפּאַניע און פּאָרטוגאַל, בעת די רדיפֿות מצד דער קאַטוילישער אינקוויזיציע, האָבן דאָס רעכט זיך אומצוקערן קיין פּאָרטוגאַל. נישט לאַנג צוריק, האָט מען אין שפּאַניע אָנגענומען אַן ענלעכן געזעץ; 4,300 קאַנדידאַטן האָבן שוין געבעטן די שפּאַנישע בירגערשאַפֿט. דער שפּאַנישער וואַריאַנט פֿונעם געזעץ איז אָבער שווערער, ווײַל די קאַנדידאַטן מוזן דערווײַזן זייער באַקאַנטשאַפֿט מיט דער שפּאַנישער שפּראַך און דינגען אַ שפּאַנישן נאָטאַריוס.

[…]

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/191602/portugal-issues-th-passport-for-sephardic-jews/#ixzz3p2ZIFwXN