דער סעזאָן פֿון גראַדויִר-שולן איז איצט אין פֿולן ברען. סטודענטן קלײַבן אויס שולן און מע גרייט צו די אַפּליקאַציעס. קומען צום באַשלוס, וועלכע שול איז פֿאַר דיר מער פּאַסיק איז נישט גרינג. בעת איך בין פֿאַראינטערעסירט אין ייִדישע לימודים בכלל און אין דער ייִדישער שפּראַך בפֿרט, האָב איך געדאַרפֿט אוספֿאָרשן אַזעלכע שולן דורכן רעדן מיט לערערס, סטודענטן און ווער ס׳זאָל נישט זײַן פֿון דעם תּחום.
די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט סאָני יודקאָף, וואָס לערנט ייִדיש אין שיקאַגער אוניווערסיטעט, גערעדט ענטוזיאַסטיש און פּרטמדיק מיטן „פֿאָרווערטס‟ וועגן די ייִדישע לימודים, באַזונדערס אין שײַכות מיט ייִדיש, בײַ איר אין דעם אוניווערסיטעט.
ווי געניסן סטודענטן פֿון דער פּראָגראַם פֿון ייִדישע לימודים?
אין שיקאַגער אוניװערסיטעט עקסיסטירט „דער שיקאַגער צענטער פֿון ייִדישע לימודים‟, וואָס שטיצט אונטער כּלערליי לעקציעס, קאָנצערטן און אויסשטעלונגען. די 33 מיטגלידער פֿונעם צענטער קומען פֿון 13 פֿאַרשיידענע אָפּטיילונגען און האָבן זייער ברייטע אינטערעסן. זיי פֿירן אויך דורך קורסן אויף פֿאַרשיידענע טעמעס, װי, צום בײַשפּיל, אַרכעאָלאָגיע, ביבלישע שטודיעס, פּוילישע ליטעראַטור, העברעיִשע קולטור, די געשיכטע פֿון ייִדן אין איראַק, אייראָפּעיִשע געשיכטע, די פֿילאָסאָפֿיע פֿון רמב״ם, ייִדישע טעאָלאָגיע, די אינטעלעקטועלע און קולטורעלע געשיכטע פֿון די דײַטשע ייִדן, אאַז״װ. דער צענטער לאַדט אײַן אַ סך הײַנטיקע קולטורעלע פֿיגורן, װי די אַמעריקאַנער שרײַבערין דאַראַ האָרן און דעם ישׂראלדיקן דערציילונג-שרײַבער אתגר קרת. צװיי גאַסט־פּראָפֿעסאָרן קומען אין אוניװערסיטעט יעדעס יאָר.
קען מען זיך לערנען ייִדיש אין אוניווערסיטעט?
יאָ, אַוודאַי! מיר האָבן דאָ ביידע קורסן — פֿאַר די אָנהייבער און מיטנדיקע. מיר האָבן דאָ אויך אומאָפּהענגיקע קורסן פֿאַר יענע אַװאַנסירטע סטודענטן, װאָס װילן לייענען ראָמאַנען און אַנדערע לענגערע טעקסטן. מיט אַ יאָר צוריק, זײַנען דרײַ סטודענטן צוזאַמענגעקומען אין אַ קורס, געװידמעט שלום-עליכמס „מאָטל פּייסי דעם חזנס‟. זיי האָבן געלייענט דעם ראָמאַן און אויך אַ סך קריטישע אַרטיקלען װעגן דעם ייִדישן קלאַסיקער.
[…]
Read more: http://yiddish.forward.com/articles/192129/yiddish-at-the-university-of-chicago/?p=all#ixzz3qYZizVW2