„איך האָב זיך געמאָלט ’דאָס לאַנד פֿון פֿײַער‘ (Land of fire) ווי אַ געבעט פֿאַר אַ מעגלעכן שלום. איך בין זיכער, אַז דאָס בענקעניש נאָך שלום, וואָס האָט זיך באַוויזן צו זײַן אילוזאָריש אין משך פֿון איבער 50 יאָר, וועט נישט קומען פֿון הײַנט אויף מאָרגן ווי אַ רעזולטאַט פֿון פּערזענלעכע זשעסטן; אָבער די ברירה קען נישט זײַן אומבאַוועגלעכקייט און שטילקייט.‟
אָט די ווערטער האָט אָנגעשריבן דער דראַמאַטורג מאַריאָ דיאַמענט וועגן זײַן פּיעסע „דאָס לאַנד פֿון פֿײַער‟, וואָס איז לכתּחילה געשאַפֿן געוואָרן אויף שפּאַניש און הייסט Tierra Del Fuego. די פּיעסע באַשעפֿטיקט זיך מיטן ישׂראל־פּאַלעסטינער סיכסוך דורכן דראַמאַטיזירן אמתע געשעענישן. איצטער, דרײַ יאָר נאָך איר פּרעמיערע אויף שוועדיש און שפּאַניש, קומט דיאַמענטס פּיעסע אין ניו־יאָרק, און ווערט פּראָדוצירט בשותּפֿות דורכן „טעאַטער פֿאַר דער נײַער שטאָט‟ (Theatre for the New City) און „דעם נײַעם ייִדישן רעפּערטואַר־טעאַטער‟ (New Yiddish Rep). משה יאַסור איז דער רעזשיסאָר פֿון דער אויפֿפֿירונג.
ווי זשע קומט אַ קאָמפּאַניע פֿון ייִדישן טעאַטער צו שפּילן אויף ענגליש?
אויף דער פֿראַגע האָט געענטפֿערט דוד מאַנדעלבוים, דער אָנפֿירער פֿון דער פֿאָרשטעלונג, וואָס שפּילט אין איר אויך אַ קליינע ראָלע: „דער מצבֿ דאָרט [אין ישׂראל] ווערט אַלץ ערגער און ערגער, און מע דאַרף עפּעס טאָן. עפּעס אויפֿהייבן אַן אַנדער קול.‟ מאַנדעלבוים האָט באמת אויסגעזען טיף באַזאָרגט, אויסדריקנדיק די ווערטער. ער וויל וואָס מער מענטשן זאָלן קומען זען די פֿאָרשטעלונג, און האָט געבעטן הילף בײַם פֿאַרשפּרייטן זײַן רוף.
דער אַרגענטינער געבוירענער דיאַמענט דערציילט, אַז מיט אַ פּאָר יאָר צוריק האָט ער צופֿעליק געזען אויף דער טעלעוויזיע דעם דאָקומענטאַר „מײַן טעראָריסט‟ פֿון יולי כּהן, וווּ זי דערציילט איר רירנדיקע געשיכטע. כּהן האָט געאַרבעט ווי אַן „אל־על‟־סטואַרדקע אין לאָנדאָן אין 1978. אויפֿן אויטאָבוס, וווּ זי און נאָך אַנדערע סטואַרדקעס זענען דאָרט געפֿאָרן, האָבן צוויי פּאַלעסטינער מיטגלידער פֿון דער לינקער פֿראַקציע „דער פֿאָלקס־פֿראָנט פֿאַר דער באַפֿרײַונג פֿון פּאַלעסטינע‟ (PFLP) דורכגעפֿירט אַ טעראָריסטישע אַטאַקע. איר חבֿרטע איז דערמאָרדערט געוואָרן, און זי האָט זיך על־פּי־נס געראַטעוועט. 22 יאָר שפּעטער האָט כּהן זיך פֿאַרבונדן מיט יענעם טעראָריסט, פֿאַהאַד מיהי, וואָס איז דעמאָלט געזעסן אין אַ לאָנדאָנער תּפֿיסה. מיט דער צײַט האָט זי אים אַפֿילו געהאָלפֿן זיך צו באַפֿרײַען.
Read more: http://yiddish.forward.com/articles/193424/land-of-fire-in-new-york/?p=all#ixzz3vU6FVRf1