אינעם היסטאָריש־קינסטלערישן מוזיי פֿון דער מאָסקווער פֿאָרשטאָט מיטישטשי האָט זיך נישט לאַנג צוריק געעפֿנט אַן אויסשטעלונג פֿון וולידיסלאַוו צאַפּס בילדער, מיטן נאָמען „ייִדישע מאָטיוון‟.
צאַפּ איז געבוירן געוואָרן אין ביראָבידזשאַן, אינעם יאָר 1954, ווען אין דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט האָט נאָך געבליט אַ ממשותדיקע ייִדישע קהילה, וועלכע האָט דעמאָלט באַטראָפֿן בערך 10 פּראָצענט פֿון דער באַפֿעלקערונג אין דעם דאָזיקן ווײַט־מיזרחדיקן ראַיאָן פֿון רוסלאַנד. נאָכן שטודירן אין כאַבאַראָווסק, האָט ער זיך אומגעקערט אין זײַן היימשטאָט, וווּ ער אַרבעט אינעם פֿאַרלאַג „ביראָבידזשאַן‟.
אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, האָט צאַפּ געשאַפֿן פּרעכטיקע אילוסטראַציע צו ייִדישע ביכער פֿון שלום־עליכם, מענדעלע מוכר־ספֿרים, יצחק־לייבוש פּרץ און אַנדערע שרײַבער. אין דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט בלײַבט ער איינער פֿון די באַרימטע קינסטלער, אַ לאַורעאַט פֿון דער אָרטיקער קונסט־פּרעמיע.
מיטיטשי, וואָס געפֿינט זיך נישט ווײַט פֿונעם מאָסקווער צענטער, איז אַ גרויסער קולטור־צענטער, וווּ עס קומען כּסדר פֿאָר פֿאַרשיידענע וויכטיקע אונטערנעמונגען. בעת דער עפֿענונג־צערעמאָניע פֿון דער הײַנטיקער אויסשטעלונג, איז פֿאָרגעקומען אַ פּרעזענטאַציע פֿון אַ ספּעציעלן קאַלענדאַר אויפֿן יאָר 2016, וווּ עס ווערן באַצייכנט פֿאַרשיידענע אָפֿיציעלע, רעליגיעזע, טראַדיציאָנעלע און נאַציאָנאַלע אָנדענק־דאַטעס און יום־טובֿים, וואָס פֿאַרשיידענע פֿעלקער, אַרײַנגערעכנט ייִדן, פּראַווען אויפֿן שטח פֿון רוסלאַנד.
Read more: http://yiddish.forward.com/articles/194736/vladimir-tzap-s-art-in-moscow-suburb/#ixzz40YJecMvh