ס׳איז הײַנט זייער גרינג צו קוקן אויף דער „אַלטער היים‟ מיט אַ געפֿיל פֿון נאָסטאַלגיע. מע טאָר אָבער ניט פֿאַרגעסן, אַז דאָס לעבן איז אויך אָפֿט מאָל געווען זייער שווער, בפֿרט ווען עס גייט די רייד וועגן דער אייביקער פֿראַגע בײַ ייִדן, „וווּ נעמט מען פּרנסה‟.
לעצטנס, האָט די ישׂראלדיקע זינגערין סוועטלאַנאַ (לאַנאַ) סאָקאָלאָוו אַרויפֿגעשטעלט אויף „יו־טוב‟ זייער אַן אינטערעסאַנטן פֿילם פֿון איר זיידן, דעם אַקטיאָר און זינגער מאַטוויי פּיווניטש ז׳׳ל. אינעם פֿילם זינגט ער אַ ליד מיטן נאָמען „געסעלע‟. דאָס ליד דערציילט וועגן אַ ייִדישער גאַסן־פֿרוי, וואָס טרעפֿט זיך מיט אַ מיאוסער משונה.
עס זענען געווען אַ סך לידער אַזעלכע, וואָס דערציילן פֿון ברוטאַלע געשעענישן סײַ אינעם ייִדישן פֿאָלק־רעפּערטואַר און סײַ אינעם ייִדישן טעאַטער. זייער זעלטן הערט מען אָבער הײַנט אַזעלכע טרויעריקע לידער, בפֿרט געזונגען אויף אַזאַ רירנדיקן אופֿן. דער עולם וויל בעסער הערן די נאָסטאַלגישע לידער אזוי ווי „בעלץ‟, „אויפֿן פּריפּעטשיק‟ און „טום־באַלאַלײַקע‟. די טראַגישע לידער, אַזוי ווי „געסעלע‟, זענען אָבער פֿאָרט אַ וויכטיקער טייל פֿון דער ייִדישער קולטור, וואָס טאָר ניט פֿאַרגעסן ווערן.
איין באַמערקונג וועגן דעם ליד אַליין: איך האָב אין ערגעץ ניט געקענט געפֿינען, פֿון וואַנען עס שטאַמט דער מחבר אָדער צי ער איז באַקאַנט? טאָמער איר ווייסט וועגן דעם עפּעס, זײַט אַזוי גוט, און לאָזט עס וויסן דורך די קאָמענטאַרן.
כּדי זיך צו דערוויסן מער וועגן מאַטוויי פּיווניטש, האָב איך זיך פֿאַרבונדן מיט לאַנאַ סאָקאָלאָוו. דער זינגער און אַקטיאָר מאַטוויי פּינעוויטש איז געבוירן געוואָרן אין אַ שטעטל לעבן קיִעוו אין 1916. ער האָט גראַדויִרט פֿון דער ייִדיש־אָפּטיילונג בײַם קיִעווער אוניווערסיטעט אין 1941, אַ פּאָר טעג פֿאַר דײַטשלאַנדס אינוואַזיע אויפֿן ראַטן־פֿאַרבאַנד. נאָך דער מלחמה האָט ער געוווינט 30 יאָר אין טאַשקענט, וווּ ער האָט אָנגעפֿירט מיט דער אָרטיקער טעאַטער־ און קונסט־גרופּע פֿון דער סאָוועטישער אַרמיי. נאָך דעם, וואָס ער איז עולה געווען אין 1994, פֿלעגט ער אָפֿט אויפֿטרעטן מיט ייִדישע און רוסישע קאָנצערטן אין ישׂראל. ער איז געשטאָרבן אין אַשדוד אין 2010.
[…]
Read more: http://blogs.yiddish.forward.com/oyneg-shabes/194805/#ixzz41yE1wKG7