אין דער קלאַסישער סאָוועטישער קאָמעדיע „די קאַווקאַז־געפֿאַנגענע‟ פֿונעם יאָר 1967 גייט אַ רייד וועגן דעם פֿאַרצײַטישן מינהג בײַ געוויסע פֿעלקער אינעם קאַווקאַז־ראַיאָן, לויט וועלכן אַ חתן האָט געמעגט צוגנבֿענען בײַ דער משפּחה אַ מיידל, וואָס איז אים געפֿעלן געוואָרן, כּדי מיט איר חתונה צו האָבן. דער קאָרומפּירטער סאָוועטישער רעגירונג־באַאַמטער האָט געפּרוּווט דאָס דורכצופֿירן מיט אַ כיטרע קונץ אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. אויף אַ קאָמישן אופֿן, ווערט די כּלה געראַטעוועט און קערט זיך אום צו די עלטערן.
נישט לאַנג צוריק, האָט אַ רוסיש־שפּראַכיקע וועבזײַט פֿון די קאַווקאַזישע באַרג־ייִדן אָדער טאַטן, Gorskie.ru, פֿאַרעפֿנטלעכט אַ נײַעם אינטערעסאַנטן און באַלערנדיקן אַרטיקל מיטן נאָמען „טאַטן אינעם דאַגעסטאַנער היסטאָרישן פּראָצעס‟. צווישן אַנדערע אַמאָליקע מינהגים דערמאָנט דער מחבר, וואַלערי שאַולאָוו, אַז אין דאַגעסטאַן איז בײַ די אָרטיקע ייִדן פֿאַר דער רעוואָלוציע אויך געווען אָנגענומען אַזאַ מין „שידוך‟, וואָס ווערט געשילדערט אינעם סאָוועטישן פֿילם. געוויינטלעך, האָבן די מחותּנים אַליין באַשטימט די קומענדיקע זיווגים; די חתן־כּלה האָבן נישט געטאָרט אין דעם זיך אַרײַנמישן. דעם חתנס צד האָט געמוזט באַצאָלן דעם „קאַלים‟־נדן — פֿאַקטיש, צו קויפֿן די כּלה.
וואָס טוט מען אָבער אין אַזאַ שטרענגער געזעלשאַפֿט אַן אָרעמאַן, וואָס האָט זיך פֿאַרליבט אין אַ מיידל? גיט מען זיך אַן עצה, ווי אַזוי זי אַרויסצוגנבֿענען! אויב דעם בראַוון יונגערמאַן גיט זיך אײַן צו האָבן חתונה מיטן מיידל אָן דעם רשות פֿון איר טאַטע־מאַמע, וואָלט די משפּחה בדיעבֿד אָנגענומען דעם איידעם. כּמעט אַלעמאָל, האָט מען עס אָבער געטאָן בהסכּם מיטן מיידל, ווען זי אַליין האָט געוואָלט מיט אים אַנטלויפֿן און זיך פֿאַרשטעלט ווי אַ פֿאַרכאַפּטע בגוואַלד.
[…]
Read more: http://yiddish.forward.com/articles/195573/shidduch-caucasian-style/#ixzz44mCkPgUy