Yiddish Spring in LA

630 326

אינעם קאַליפֿאָרניע־אוניווערסיטעט, אין לאָס־אַנדזשעלעס, וועט אין אַפּריל פֿאָרקומען אַ גאַנצע סעריע ייִדיש־אונטערנעמונגען.

דעם 10טן אַפּריל וועלן אינעם אָרטיקן קלוב „הלל‟ אויפֿטרעטן מיט אַ קאָנצערט אַ גאַנצע ריי פּראָמינענטע כּלי־זמרישע מוזיקער, אַרײַנגערעכנט יעיל סטראָם און זײַן גרופּע „האָט פּסטראָמי‟, מיישקע אַלפּערט, דזשודי ברעסלער, ענטאָני ראָסעל און עליזאַבעט שוואַרץ, מיטן אַקאָמפּאַנימענט פֿון נאָרבערט סטייטשעל און פּיטער סטען.

סטראָם, אַ באַקאַנטער אַמעריקאַנער פֿילדער, קאָמפּאָזיטאָר, רעזשיסאָר, שרײַבער און דראַמאַטורג, וועט באַקענען דעם עולם מיט די ווערק פֿונעם סאָוועטישן ייִדישן קאָמפּאָזיטאָר און פּאָעט שמואל פּאָלאָנסקי (1902—1955). מיט עטלעכע חדשים צוריק האָט זײַן גרופּע אַרויסגעלאָזט אַן אַלבאָם פֿון סאָוועטישע לידער אויף ייִדיש מיטן נאָמען „אַ שטאָט פֿון דער צוקונפֿט‟, בשותּפֿות מיט עטלעכע פֿון די זעלבע מיזיקער, וואָס וועלן זיך באַטייליקן אינעם קומענדיקן קאָנצערט.

פּאָלאָנסקי איז געווען אַ רעלאַטיוו אומבאַקאַנטער קאָמפּאָזיטאָר, וועלכער האָט אין די 1930ער יאָרן געשאַפֿן 19 לידער, וואָס זענען אַרײַן אין אַ בוך פֿאַר אַ קינדער־כאָר. סטראָם האָט אַראַנזשירט די דאָזיקע לידער אויף אַן עקספּערימענטאַלן חידושדיק אופֿן. פֿאַקטיש, שטעלן מיט זיך פֿאָר זײַנע אַראַנזשירונגען נײַע מוזיקאַלישע שאַפֿונגען אופֿן סמך פֿונעם אָריגינאַל. אין פֿאַרגלײַך מיט פּאַלאָנסקיס טיפּישע מיזרח־אייראָפּעיִשע מאָטיוון, קלינגען די נײַע ווערסיעס פֿון זײַנע ווערק בפֿירוש מאָדערן און האָבן אַ קלאָרן טעם פֿון דער הײַנטצײַטיקער אַמעריקאַנער מוזיק.

[…]

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/195891/yiddish-spring-in-la/#ixzz455OjZtB1