Bernie Sanders – a Jew With Common Sense

512 383

כ׳האב דורכאויס דער לעצטער וואך זיך אביסל „באקענט‟ מיט דעם דעמאקראטישן פרעזידענט קאנדידאט, בערני סאנדערס, און – ער געפעלט מיר. די קלארקייט פון זיין אידאלאגיע, דער זיכערער טאן מיט וועלכן ער רעדט וועגן זיינע פלענער, און דער פאקט וואס ער רעדט קלארע דיבורים איבער זיינע מיינונגען און וואס ער האט בדעה צו טאן אויב וועט ער געווינען די וואלן האבן ביי מיר זייער אויסגענומען.

ס׳האט גענומען צייט ביז איך האב ביי זיך גע׳פועל׳ט בכלל זיך צו באקענען מיט סאנדערס. ער קומט פאר ווי א סאציאליסט פונעם לינק־ליבעראלן חדר, מיט וועלכן כ׳בין בכלל היפש אומבאקוועם. כ׳האב נישט ליב די ליבעראלן; כ׳זע אין זיי נאאיווע אידעאליסטן וואס טראכטן אין אבסטראקט און האנדלען מיט דער וועלט „ווי זי וואלט געדארפט זיין‟ אנשטאט „ווי זי איז טאקע‟. און דאס איז שוין אין בעסטן פאל. אין ערגסטן, באשטייט דער ליבעראלער פליגל פונעם פאליטישן ספעקטרום פון א שיינעם סכום היפאקריטסווע — מענטשן וואס טראגן זיך ארום כלפי אנדערע מיט מער פאראורטיילן און אפילו שנאה ווי די וועמענס „ראסיזם‟ זיי זענען דעם גאנצן ליבן טאג פארנומען מיט פארשרייען.

כ׳האב אבער באשלאסן פארט אויסצוהערן וואס דער איד בערני האט צו פארקויפן. כ׳האב געלייענט וואס ער שרייבט, געהערט וואס ער זאגט, און געקומען צו דער החלטה אז סאנדערס רעדט פארט זייער צו דער זאך. ער אדרעסירט אמת׳ע פראבלעמען וואס פלאגן דאס לאנד און געזעלשאפט און ברענגט צום טיש אמת׳ע לעזונגען. מען מוז נישט מסכים זיין מיט סאנדערס׳ מסקנות; איז אבער שווער צו איגנארירן זיין עצם אדרעסירן די ענינים און די שטאנדהאפטיגקייט און קלארקייט פון זיינע ענטפערס צו די פראבלעמען ארום סאציאלער גלייכבארעכטיגקייט, דעם קרומען קאפיטאליזם פון דער עקאנאמיע, דעם נוסח־סדום יוסטיץ סיסטעם וואס האט מיט יוסטיץ צו טאן בערך אזוי פיל ווי וואשינגטאן מיט אומפארטייאישקייט.

קיין עקספערט אויף קיינעם פון די ברענענדע ענינים בין איך נישט און איך ווייס זיכער נישט צי זיינע לעזונגען זענען רעאליסטיש. איך פארשטיי נישט די זאכן און ווייס אז יעדע „רעוואלוציע‟ ברענגט אומפאראויסגעזעענע תוצאות, נישט אלע פון וועלכע זענען דוקא פאזיטיוו. בערני סאנדערס׳ וויזיע פאר א סך יסודות׳דיגע זאכן אין דער לאנד׳ס ארדענונג שמעקן רעוואלוציאנעריש און וועלן בהחלט פאדערן אן ערנסטע אפשאקלונג אין דעם סטאטוס קווא. א געזונטער שאקל קען פירן צו כאאס, און כאאס איז קיינמאל נישט געזונט, בפרט אין דעם אומזיכערן מצב אין וועלכן די וועלט שטייט יעצט. מיט דעם אלעם פילט זיך עפעס אויטענטיש אין זיינע ווערטער. זיינע לעזונגען שמעקן גוט און הערן זיך שכל׳דיג. דאס איז שוין מחוץ דעם וואס ער, מער ווי אלע אנדערע קאנדידאטן, ווייסט גענוי וואס ער וויל, איז באקוועם ביז גאר מיט זיינע שיטות, און באהאלט זיי נישט אונטער לופטיגע, שיין־קלינגענדע פראזן.

[…]

Read more: http://blogs.yiddish.forward.com/yiddish-with-an-aleph/196097/#ixzz45juB6YMM