Passover Seder at Sholem Aleichem School 21 in 1964

290 194

יעדע ייִדישע קהילה פּאַסט פֿאַר זיך צו דעם פּסחדיקן סדר, ער זאָל שטימען מיט די ווערטן פֿון אירע מיטגלידער. בײַ די אַמעריקאַנער ייִדישיסטן אינעם 20סטן יאָרהונדערט האָט מען געשאַפֿן אַ ריי „ייִדישיסטישע‟ הגדות, וואָס האָבן זיך באַנונצט מיט די טראַדיציאָנעלע סימבאָלן פֿון פּסח אויף אַ נײַעם אופֿן.

די גאָר־לינקע קרײַזן, ווי למשל, אין די „אָרדן‟־שולן האָבן באַטאָנט ווי אַזוי מע קען פֿאַרשטיין די באַפֿרײַונג פֿון די ייִדישע שקלאַפֿן ווי אַ משל, וואָס רעדט וועגן דעם מצבֿ פֿון די אָרעמע אַרבעטער אין אַ קאַפּיטאַליסטישער סיסטעם. אַנדערע גרופּעס האָבן באַטאָנט דעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ, וואָס איז פֿאָרגעקומען פּסח־צײַט, ווי אַ נײַעם עפּיזאָד אינעם אייביקן קאַמף פֿאַר פֿרײַהייט. אַנדערע גרופּעס, ווי למשל, די פּועלי־ציוניסטן, האָבן דערהויבן דעם אויפֿקום פֿון מדינת־ישׂראל ווי אַ היסטאָריש געשעעניש, וואָס איז געווען ענלעך צום מאָמענט אין חומש, ווען די ייִדן זענען אָנגעקומען אין ארץ־ישׂראל נאָכן יציאת־מצרים.

[…]

Read more: http://blogs.yiddish.forward.com/oyneg-shabes/196352/#ixzz46bF6Iwuf