ווען דער מאָגן ברענגט אײַך צרות — עס מיגלט אײַך; אָדער איר לײַדט פֿון אַ לויזן מאָגן, אָדער אַ האַרטן — איז בעסער אויסצומײַדן די קאָמערציעלע מעדיקאַמענטן, און זיך גיכער היילן מיט פּשוטע, נאַטירלעכע מיטלען. אָט זענען 9 פֿון זיי:
1. מערן און פֿעפֿערמינץ
אויב עס מיגלט אײַך, בפֿרט בעת אַ ווינטערדיקער גריפּע, זידט אויף 4 טעפּלעך וואַסער מיט 4 צעשניטענע מערן און איין טיי־זעקעלע פֿעפֿערמינץ. פֿאַרקלענערט דאָס פֿײַער און קאָכט עס 15 מינוט, ביז די מערן ווערן ווייך. וואַרפֿט אַרויס דאָס טיי־זעקעלע, און צעמאָלט די מערן מיטן וואַסער אין אַ שפּײַזמאַשין, ביז עס איז אין גאַנצן צעמאָלן. אויב איר גיט צו אַ ביסל צעמאָלענעם אינגבער, וועט עס נאָך מער העלפֿן באַרויִקן דעם מאָגן.
2. רײַז־טיי
אויב איר לײַדט פֿון אַ לויזן מאָגן, מאַכט אַ „טיי‟ פֿון רײַז. זידט אויף 1/2 טעפּל רײַז אין 6 טעפּלעך וואַסער און קאָכט עס בערך 15 מינוט. ניצנדיק אַ דורכשלאַק, לאָזט דאָס וואַסער אָפּרינען אין אַ קופֿל, און באַטעמט דאָס רײַז־וואַסער מיט אַ ביסל האָניק אָדער צוקער. טרינקט עס וואַרעמערהייט.
3. „צוגעברענט‟ ברויט העלפֿט נאָך מער ווי „צוגעברוינט‟ ברויט
יעדער ווייסט, אַז צוגעברוינט ברויט (טאָסט) איז גוט צום מאָגן, אָבער געוויסע עקספּערטן זאָגן, אַז פֿאַרברענטס איז נאָך בעסער, ווײַל עס זאַפּט אײַן די סמיקע עלעמענטן, וואָס מאַכן אײַך קראַנק. באַשמירט עס מיט אַ ביסל אײַנגעמאַכטס, וועט עס זײַן מער אַפּעטיטלעך.
4. עפּל־קוואַס־עסיק העלפֿט קעגן פֿאַרדייונג־פּראָבלעמען
באַקאַנט ווי אַן אַלטע רפֿואה קעגן שלוקערצן און אַ האַלדז־ווייטיק, איז עפּל־קוואַס־עסיק אויך אַ גוטער מיטל צו „באַרויִקן‟ אַ צעהײַטערטן מאָגן. מישט אַרײַן 1 לעפֿל עפּל־קוואַס־עסיק און 1 לעפֿל האָניק אין 1 טעפּל וואַרעם וואַסער, און טרינקט עס אויס, וועט איר באַלד זען, ווי דער גאַז וועט איבערגיין.
5. אַ מיטל קעגן אַ האַרטן מאָגן
אויב איר לײַדט פֿון אַ האַרטן מאָגן, איז גוט צו עסן שפּײַזן, וואָס האָבן אַ הויכן פּראָצענט פֿיברע: קאַרשן, ראָזשינקעס, אַפּריקאָסן און געטריקנטע פֿלוימען. טרינקט אויך אַ סך וואַסער.
[…]