אוקראַיִנע האָט, לכל־הפּחות, פֿיר פֿאַרשידענע געשיכטעס, װאָס װערן באַשטימט דורך דעם נאַציאָנאַלן קוקװינקל: אַן אוקראַיִנישע, אַ רוסישע, אַ פּױלישע און אַ ייִדישע.
די חילוקים צװישן זײ זײַנען באַזונדערס בולט װען עס קומט צו דער שטאָט לעמבערג. שױן דער נאָמען אַלײן, מיט װעלכן מען רופֿט די דאָזיקע אַלטע שטאָט, באַשטימט די פּאָזיציע לגבי איר געשיכטע. די אוקראַיִנער רופֿן זי לװיװ; אױף רוסיש הײסט זי לװאָװ; אױף פּױליש — לװוּװ, און אױף דײַטשיש און ייִדיש — לעמבערג. עס איז ניט מעגלעך צו געפֿינען אַן „אָביעקטיװן‟ שטאַנדפּונקט צו לעמבערגס געשיכטע, װײַל אַלע מקורים טראָגן אַ פֿאָר־איבערצײַגונג לטובֿת דער אָדער יענער גרופּע פֿון לעמבערגס אַמאָליקע אָדער איצטיקע תּושבֿים.
דער אַמעריקאַנער היסטאָריקער טאַריק סיריל אַמאַר באַהאַנדלט די סתּירותדיקע געשיכטע פֿון לעמבערג פֿונעם הײַנטיקן, פּאָסט־סאָװעטישן שטאַנדפּונקט. אין משך פֿון עטלעכע יאָרהונדערטער איז לעמבערג געװען אַ הײם פֿאַר פּאָליאַקן, אוקראַיִנער, ייִדן, אַרמענער און אַנדערע עדות. אָבער הײַנט איז לװיװ די סאַמע אוקראַיִנישע צװישן די גרױסע שטעט פֿונעם לאַנד. אַמאַר רעקאָנסטרויִרט די טראַגישע און דראַמאַטישע געשעענישן, װאָס האָבן דערפֿירט צו אַזאַ מצבֿ. דאָס צענטראַלע אָרט אין זײַן געשיכטע פֿאַרנעמען די צען יאָר צװישן 1939 און 1949, װאָס האָבן אין גאַנצן געענדערט דאָס פּנים פֿון לעמבערג.
גלײַך נאָך דעם װי די רױטע אַרמײ איז אַרײַן אין פּױלישן לװוּװ אין סעפּטעמבער 1939, האָבן די סאָװעטן גענומען ענדערן דעם סאָציאַלן באַשטאַנד פֿון דער שטאָט. אין פֿיר דעפּאָרטאַציעס צװישן 1939 און 1941 האָבן זײ אַרױסגעשיקט קײן סיביר און װײַטן צפֿון צענדליקער טױזנט „ניט־געװוּנטשענע עלעמענטן‟, אַזעלכע װי אײגנטימער פֿון געשעפֿטן, פּױלישע באַאַמטע און אָפֿיצירן, גלחים און די פּױלישע אינטעליגענטן. דאָס רובֿ פֿון די קרבנות זײַנען געװען פּאָליאַקן, אָבער אין פּראָצענטן צו זײער אָנטײל אין דער באַפֿעלקערונג איז די צאָל ייִדן געװען העכער. די ביטערע איראָניע איז אין דעם, װאָס דװקא די דעפּאָרטירטע ייִדן האָבן געהאַט אַ בעסערן שאַנס צו פֿאַרבלײַבן לעבעדיק בעת דער מלחמה, כאָטש כּמעט אַ העלפֿט פֿון זײ זײַנען אומגעקומען איבער עבֿודת־פּרח, אוממענטשלעכע לעבנס־באַדינגונגען און קראַנקײטן.
די סאָװעטן האָבן באַלד אַראָפּגעבראַכט נײַע קאָמוניסטישע קאַדרען פֿון די מיזרחדיקע געגנטן פֿון אוקראַיִנע, װאָס זײַנען געװען אונטער זײער שליטה זינט 1920. עס בלײַבט אָבער ניט אין גאַנצן קלאָר, װאָס פֿאַר אַ פּלאַן האָט די סאָװעטישע מאַכט דעמאָלט געהאַט פֿאַר די נײַע „באַפֿרײַטע‟ שטחים פֿון מערבֿ־אוקראַיִנע און װײַסרוסלאַנד. װען זײ זײַנען אַװעק אין 1941, האָבן די סאָװעטן איבערגעלאָזט נאָך זיך אַ שרעקלעכן עזבֿון. פֿאַרן פֿאַרלאָזן די שטאָט האָט די סאָװעטישע געהײם־פּאָליצײ דערשאָסן אַלע געפֿאַנגענע, װאָס זײ האָבן געהאַט צוגעגרײט פֿאַר אַ נײַער דעפּאָרטאַציע.
[…]
Read more: http://yiddish.forward.com/articles/196614/the-city-with-four-names/?p=all#ixzz47wRCYZKO