Made in the USA

630 326

זינט איך בין באַשטימט געוואָרן ווי די רעדאַקטאָרין פֿונעם „פֿאָרווערטס‟, האָט מען נישט איין מאָל דערמאָנט ווי וויכטיק עס איז וואָס צום ערשטן מאָל זינט די צײַטונג איז געגרינדעט געוואָרן אין יאָר 1897, פֿירט אַ פֿרוי אָן מיט דער רעדאַקציע.

מיט יאָרן צוריק פֿלעג מײַן טאַטע טאַקע טענהן, פֿאַר וואָס געפֿינען זיך אַזוי ווייניק פֿרויען אין דער פֿירערשאַפֿט, אָדער אין דער פֿאַרוואַלטונג פֿון די ייִדיש־אָרגאַניזאַציעס — אַפֿילו בײַ די וועלטלעכע אָרגאַניזאַציעס, וואָס האָבן געפּריידיקט (כאָטש טעאָרעטיש) די וויכטיקייט פֿון גלײַכע רעכט.

דער פֿאַקט, אַז אַ פֿרוי וועט איצט אָנפֿירן מיט דער „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע טראָגט דערפֿאַר אַ וויכטיקן סימבאָלישן באַטײַט.

אָבער לויט מײַן באַשיידענעם קוקווינקל, איז דאָ אַ צווייטער פֿאַקטאָר אין דעם דאָזיקן איבערגאַנג, וואָס האָט נאָך אַ גרעסערן באַטײַט, און וועט, אין לעצטן סך־הכּל, אַ סך מער באַווירקן דעם כאַראַקטער פֿונעם „פֿאָרווערטס‟ אויף להבא: צום ערשטן מאָל איז דער רעדאַקטאָר פֿונעם „פֿאָרווערטס‟ אַן אַמעריקאַנער־געבוירענער.

די אַמאָליקע רעדאַקטאָרן אַב קאַהאַן און הילל ראָגאָוו זענען ביידע געבוירן און דערצויגן געוואָרן אין ווײַסרוסלאַנד; מרדכי שטריגלער — אין זאַמאָשטש, פּוילן; שמעון וועבער — סטאַשעוו, פּוילן; באָריס סאַנדלער — אין בעלץ, מאָלדאַוויע.

און איך? אין בראָנקס, ניו־יאָרק…

פֿון איין זײַט, איז עס אַ מעלה, וואָס איך בין אַ הי־געבוירענע. במשך פֿון מײַן יוגנט האָב איך זיך געלערנט סײַ אין דער „פּאָבליק סקול‟, סײַ אין דער ייִדישער שול; 22 זומערן פֿון מײַן לעבן האָב איך פֿאַרבראַכט אין פֿאַרשידענע ייִדישע זומער־לאַגערן — דער בונדיסטישער „קעמפּ המשך‟, דער „אַרבעטער־רינג‟־קעמפּ „קינדער־רינג‟, דער ניו־יאָרקער פֿעדעראַציע־לאַגער — „סורפּרײַז לייק קעמפּ‟, און דער העברעיִסטישער לאַגער פֿון דער קאָנסערוואַטיווער באַוועגונג — „קעמפּ רמה‟. במשך פֿון די יאָרן בין איך געווען אַקטיוו אין אַ צאָל שילן, און האָב זיך גוט באַקענט מיט די פֿאַרשיידענע אינסטיטוציעס און שטראָמען פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער געזעלשאַפֿט. דערבײַ האָב איך אָנגעזאַמלט אַ היפּשע צאָל קאָנטאַקטן, וואָס קומען מיר כּסדר צו ניץ ווי אַ רעפּאָרטער, און איצט — ווי דער רעדאַקטאָר.

[…]

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/196665/made-in-the-usa/#ixzz48BgOiyye