Old Indian Synagogue Reopens Its Doors

630 326

אין דער אינדישער שטאָט קאָטשין האָט די „קאַדאַוווּמבאַגאַם־שיל‟, וואָס איז אַלט כּמעט 900 יאָר, לעצטנס אָפּגעהאַלטן איר ערשטע קבלת־שבת אין מער ווי 40 יאָר — אָבער ס׳וועט מסתּמא אויך זײַן דאָס לעצטע מאָל, וואָס מע קומט אַהין דאַווענען, ווײַל ס׳רובֿ פֿון די מיטגלידער פֿון דער אָרטיקער ייִדישער קהילה האָבן שוין עולה געווען קיין ישׂראל.

„ס׳איז אַ טרויעריקע זאַך, ווען ס׳פֿאַרשווינדט אַ קהילה,‟ האָט באַמערקט יהושע סיוון, וועלכער איז געקומען פֿון ישׂראל, צוליב דער געשעעניש. „עס פֿרייט עס מיך וואָס נאָך די אַלע יאָרן אין גלות, בין איך אַן עדות, ווי די ייִדן קערן זיך אום קיין ארץ־ישׂראל. ס׳איז אָבער וויכטיק צו זען ווי אַזוי דאָס לעבן האָט דאָ אַמאָל אויסגעזען.‟

די אַלטע ייִדישע קהילה אויפֿן מאַלאַבאַר־ברעג אין אינדיע איז געגרינדעט געוואָרן נאָך אין די צײַטן פֿונעם אוראַלטן בשׂמים־האַנדל, וואָס האָט צוגעצויגן סוחרים, אַרײַנגערעכנט ייִדישע, פֿון איבערן ים. אין די ערשטע יאָרן זענען געקומען ייִדן פֿון תּימן און מעסאָפּאָטאַם; נאָך 1492 זענען צוגעקומען ייִדישע הענדלער פֿון שפּאַניע און פּאָרטוגאַל.

אָבער אין די 1950ער האָבן די מאַלאַבאַרי־ייִדן אָנגעהויבן פֿאַרלאָזן אינדיע, כּדי עולה צו זײַן קיין ישׂראל. די אַלטע בית־עולמס האָט מען איבערגעגעבן די מוניציפּאַליטעטן, און ווי אַ רעזולטאַט זענען אַ סך פֿון זיי פֿאַרוואָרלאָזט געוואָרן.

„דער ייִנגערער דור מעג וויסן, אַז ס׳האָט דאָ אַ מאָל געבליט אַ ייִדישע קהילה,‟ האָט באַמערקט ק. קאַרמאַטשאַנדראַן, אַ פּענסיאָנירטער פּראָפֿעסאָר, וואָס פֿירט איצט אָן מיט אַ קאָמיטעט אויפֿצוהאַלטן די אָרטיקע היסטאָרישע ערטער. „איינע פֿון די גרעסטע טענות וואָס מע האָט צו אינדיע איז די רעליגיעזע אומטאָלעראַנץ צווישן געוויסע טיילן פֿון דער געזעלשאַפֿט. דער פֿאַקט, וואָס אַ ייִדישע קהילה האָט אַזוי פֿיל יאָרן געקענט עקזיסטירן אין אינדיע איז געווען, פֿאַרקערט, אַ מוסטער פֿון טאָלעראַנץ.‟

[…]

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/197398/old-indian-synagogue-reopens-its-doors/#ixzz4Bd7xN4IF