A Great Synagogue Without Jews

630 326

דאָס פּוילישע שטעטל בילגאָרײַ איז הײַנט באַקאַנט, דער עיקר, ווי די היימשטאָט פֿונעם ייִדישן שרײַבער און נאָבעל־לאַורעאַט יצחק באַשעוויס זינגער. ער איז ניט געבוירן געוואָרן דאָרטן, נאָר אין לענטשין, און ער האָט פֿאַרבראַכט די קינדער־יאָרן אין וואַרשע. אָבער עטלעכע יאָר בײַם סוף פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה האָט באַשעוויס פֿאַרבראַכט אין בילאָגרײַ, וואָס יענע תּקופֿה האָט זיך אַרויסגעוויזן ווי אַ וויכטיקע פֿאַר זײַן קינסטלערישער אַנטוויקלונג.

באַשעוויסעס זיידע איז געווען דער בילגאָרײַער רבֿ און דאָס אַלטמאָדישע שטעטל האָט ביז דעמאָלט אויפֿגעהיט די אַלטע, כּמעט מיטל־עלטערישע ייִדישע קולטור פֿון אַ מאָל, מיט אַלע זאַבאַבאָנעס און שדים, וואָס האָבן דערנאָך געשפּילט אַ ראָלע אין באַשעוויסעס דערציילונגען. אויף יענע יאָרן איז באַזירט זײַן באַקאַנטער (און אפֿשר זײַן בעסטער) ראָמאַן „דער שׂטן אין גאָרײַ‟, וואָס קומט פֿאָר אין אַ דאָרף לעבן בילגאָרײַ אין דער צײַט פֿון שבתי־צבֿי.

פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה האָבן אין בילגאָרײַ געוווינט איבער פֿינף טויזנט ייִדן, מער ווי 60% פֿון דער באַפֿעלקערונג. פֿינף הונדערט משפּחות האָבן פֿאַרן חורבן באַוויזן צו אַנטלויפֿן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, אָבער זיי האָבן זיך קיין מאָל ניט אומגעקערט אַהיים. הײַנט זײַנען בכלל ניטאָ קיין ייִדן אין בילגאָרײַ.

פֿון דעסטוועגן, קען דאָס שטעטל זיך גרייסן מיט עטלעכע שיינע ייִדישע מאָנומענטן. דער פּענסיאָנירטער סוחר טאַדעוש קוזשמינסקי — אַליין ניט קיין ייִד — האָט זיך איין מאָל אויפֿגעכאַפּט פֿון שלאָף אין מיטן דער נאַכט מיט אַ פּלאַן: ווידער אויפֿצובויען דאָס אַלטע שטעטל מיט די הילצערנע הײַזער און מיט דער אַלטער שיל אין מיטן, אַזוי ווי ס’איז געווען פֿאַר דער מלחמה. איצט, יאָרן שפּעטער, האַלט ער טאַקע אין רעאַליזירן זײַן חלום.

[…]

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/197422/a-great-synagogue-without-jews/#ixzz4CHsghGND