ניט געקוקט אויף דעם, וואָס די יונגע חסידים האָבן געוויינטלעך בעסער ליב מוזיק מיט בלאָז־אינסטרומענטן און ייִדישע און העברעיִשע אַדאַפּטאַציעס פֿון פּאָפּ־לידער איידער די אַלטע ייִדישע פֿאָלקס־לידער, ווערט די טראַדיציאָנעלע ייִדישע מוזיק ניט פֿאַרלוירן צווישן די פֿרומע.
אַחוץ מער נאָוואַטאָרישע צוגאַנגען זינגט מען נאָך אַלץ די אַלטע לידער אויף אַ מער טראַדיציאָנעלן שטייגער. אַזוי ווי בײַ די וועלטלעכע ייִדישיסטן, האָט די נאָסטאַלגיע, אַ פּנים, נאָך אַלץ אַ ריזיקן כּוח. באַקאַנטע זינגער און חזנים שטעלן אָפֿט פֿאָר פּאָפּוריס פֿון קלאַסישע ייִדישע לידער אויף כּלערליי אונטערנעמונגען, בפֿרט ווי אַ הפֿסקה צווישן די מער מאָדערנע לידער.
אָט זינגט דער גרויסער חזן יעקבֿ לעמער אַ פּאָפּורי פֿון קלאַסישע ייִדישע פֿאָלקסלידער, אַרײַנגערעכנט „אויפֿן פּריפּעטשיק‟, „לאָמיר זיך איבערבעטן‟ און „ראָזשינקעס מיט מאַנדלען‟. לעמערס אויסגעשולט קול קלינגט אַ ביסל ווייכער בײַם זינגען די אַלטע פֿאָלקסלידער ווי ווען ער זינגט זײַן געוויינטלעך חזנות. מע קען אָבער, ווײַטער הערן וואָס פֿאַר אַ טאַלאַנטירטער חזן ער איז, בפֿרט בײַם סוף פֿון „ראָזשינקעס מיט מאַנדלען‟.
Read more: http://blogs.yiddish.forward.com/oyneg-shabes/198024/#ixzz4EmlzoLsX