„ייִדיש־פֿאַרם‟, אין גושן, ניו־יאָרק, האָט די וואָך געמאָלדן, אַז פֿונעם 8טן ביזן 12טן אויגוסט וועט דאָרט פֿאָרקומען אַ פּראָגראַם ספּעציעל צוגעפּאַסט פֿאַר משפּחות מיט קליינע קינדער.
„ייִדיש־פֿאַרם‟ איז אַן אָרגאַנישע פֿאַרם מיט אַ גרייס פֿון 225 אַקער, וווּ יונג־און־אַלט קומען זיך לערנען ייִדיש און דערנאָך באַאַרבעטן זיי די ערד, ניצנדיק די ווערטער און אויסדרוקן, וואָס זיי האָבן זיך געלערנט אין די קלאַסן. סײַ פֿרומע, סײַ פֿרײַע סטודענטן באַטייליקן זיך אין אירע פּראָגראַמען. דאָס עסן אויף דער פֿאַרם איז גלאַט כּשר.
אין דער דאָזיקער משפּחה־פּראָגראַם, וועלן די טאַטע־מאַמעס און זייערע עלטערע קינדער, במשך פֿון געוויסע שעהען פֿון טאָג, זיך לערנען דאָס לשון אין פֿאָרמעלע קלאַסן, און אַ טייל פֿונעם טאָג וועלן זיי אַרבעטן אויף דער פֿאַרם גופֿא אָדער העלפֿן צוגרייטן די מאָלצײַטן איך קיך, ניצנדיק די גרינסן וואָס מע האָט אָפּגעשניטן פֿון פֿעלד.
די קליינע קינדער וועלן זיך דערווײַל שפּילן אויף דער פֿאַרם; אַ טייל פֿון דער צײַט וועלן אויפֿפּאַסער זיי היטן.
די משפּחות וואָס באַטייליקן זיך אין דער פּראָגראַם וועלן האָבן די ברירה פֿון אײַנשטיין אין אַ באָנגאַלאָ בעת די פֿינף טעג, אָדער אײַנשטײן אין אַ מאָטעל נישט ווײַט.
אויף דער פֿראַגע, צי מוז מען רעדן ייִדיש די גאַנצע צײַט, בפֿרט אויב מ׳איז אַן אָנהייבער, ענטפֿערט ישׂראל באַס, דער פֿאַרם־דירעקטאָר: „די סטודענטן מעגן ניצן ענגליש כּדי צו פֿאַרבעסערן זייער ייִדיש (למשל, בײַם שטעלן פֿראַגעס וועגן דעם וואָקאַבולאַר אָדער גראַמאַטיק) אָבער מע בעט זיי פֿאָרט צו פּרוּוון רעדן ייִדיש אַזוי ווײַט מעגלעך, סײַדן אַוודאי ס׳איז אַ נויטפֿאַל אָדער בײַם שמועסן מיט קינדער, וואָס פֿאַרשטייען נישט קיין ייִדיש.‟
די סטודענטן קענען אויך באַקומען צוויי קרעדיטן פֿון „גרעץ־קאָלעדזש‟ אויב זיי פֿאַרענדיקן די פּראָגראַם, הגם זיי וועלן דאַרפֿן באַצאָלן איבעריק דערפֿאַר.
אָך מער אוינפֿאָרמאַציע גייט צו: https://yiddishfarm.org/programs/tate-mame
Read more: http://yiddish.forward.com/articles/198168/-day-family-program-at-yiddish-farm/#ixzz4F4WZqUEz